טאָמער ווילט איר אַ מאָל בײַטן די שטימונג פֿון אַ געוויסן צימער אין הויז, איז נישט נייטיק אויסצוגעבן הונדערטער דאָלער.
אין איר בלאָג, Thrifty and Chic, דערקלערט די מחברטע, אַלישאַ, וואָס זי האָט געטאָן, ווען זי האָט באַשלאָסן, אַז איר סטאַנדאַרטער ברוינער קאַווע־טיש געפֿעלט איר מער נישט.
„יעדן טאָג פֿאָר איך פֿאַרבײַ אַ פּלאַץ, וווּ מע פֿאַרקויפֿט ביימער, און איין מאָל האָב איך באַמערקט אַ באַרג פּניאַקעס — גרויסע און קליינע — און ס׳איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז אפֿשר קען איך פֿאַרוואַנדלען עטלעכע פֿון זיי אין קאַווע־טישלעך?‟ האָט אַלישאַ געשריבן.
זי האָט אָבער נישט געהאַט קיין אַנונג, צי די פּניאַקעס זענען אַפֿילו צום קויפֿן. קיין בנין אָדער ביוראָ איז נישטאָ, איז נישט קלאָר, צו וועמען מע דאַרף זיך ווענדן. זי האָט בלויז באַמערקט, אַז פֿון צײַט צו צײַט האָט אַ משׂא־אויטאָ דאָרט איבערגעלאָזט אַ בוים אָדער סתּם האָלץ.
„חדשים לאַנג האָב איך זיך געפּרוּווט פֿאַרבינדן מיטן אייגנטימער, אָבער נישט געהאַט קיין מזל,‟ שרײַבט זי. „איין מאָל האָב איך באַמערקט, אַז אַ גרופּע אַרבעטער טראָגט אַוועק אַ סך פֿון די ביימער. האָב איך גלײַך אָנגעקלונגען מײַן מאַן און אים געהייסן ברענגען אונדזער משׂא־אויטאָ, אַהיימצונעמען עטלעכע פּניאַקעס. ער האָט אַפֿילו נישט געפֿרעגט צו וואָס איך דאַרף זיי. דערפֿאַר האָב איך אים אַזוי ליב… מײַנע מאָדנע אײַנפֿאַלן גייען אים בכלל נישט אָן.
„כ׳האָב אַפֿילו נישט געוווּסט וויפֿל עס קאָסטן די פּניאַקעס. $5? $10? $40? כ׳האָב זיך נאָכגעפֿרעגט. ווײַזט זיך אַרויס, בלויז $4 אַ שטיק! די אַרבעטער בײַם ביימער־געשעפֿט האָבן מסתּמא געמיינט, ס׳פֿעלט מיר אַ קלעפּקע. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָב איך געקויפֿט פֿינף פֿון זיי, פֿון פֿאַרשידענע גרייסן. סך־הכּל: $20.
כ׳האָב געבראַכט די פּניאַקעס צו מיר אין גאַראַזש. צו ערשט, האָב איך זיי אָפּגעזאַמדט, אָבער נישט צו פֿיל, ווײַל כ׳האָב געוואָלט איבערלאָזן גענוג סימנים, אַז מע זאָל דערקענען, אַז ס׳איז אינעם פֿריִערדיקן גילגול געווען אַ בוים. דערנאָך האָב איך עס באַדעקט מיטן ערשטן שיכט פֿאַרב (כ׳האָב אויסגעקליבן דעם ווײַסלעכן קאָליר — אייער־שאָלעכץ), און דערנאָך — אַ צווייטן שיכט. צום סוף, האָב איך עס פֿאַרגאָסן מיט אַ סובסטאַנץ, וואָס לאָזט נישט אַרײַן קיין וואַסער.
באַלד ווי איך האָב די פּניאַקעס אָנגעהויבן אַרײַנשלעפּן אין הויז, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז זיי זענען פּשוט צו גרויס פֿאַרן גאַסטצימער. האָב איך בלויז אַרײַנגעבראַכט דרײַ פֿון זיי. לכתּחילה איז מײַן מאַן נישט געווען צופֿרידן מיט די טשיקאַווע קאַווע־טישלעך, אָבער ווי באַלד ער האָט דערזען, אַז זיי רוקן זיך נישט, ווען ער לייגט אַוועק זײַנע פֿיס אויף זיי, האָט ער זיך באַרויִקט. איצט זענען מיר ביידע צופֿרידן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.