אויב איר זענט איינער פֿון די מענטשן, וועלכע שרעקן זיך פֿאַרן פּסח, ווײַל מע וועט אַ גאַנצע וואָך מוזן קאָכן אָן חמץ, וויל איך אײַך באַרויִקן, אַז ס׳איז בכלל נישט קיין פּראָבלעם.
געדענקט, אַז אין דעם פֿריילעכן יום־טובֿ, מעגן מיר יאָ עסן פֿיש, פֿלייש, עוף, אייער, ניס, פֿרוכטן און ס׳רובֿ גרינסן און פֿרישע געווירצן.
אַלע ווײַטערדיקע מאכלים זענען געזונט, געשמאַק און גרינג צוצוגרייטן. די רעצעפּטן קומען פֿונעם נײַעם קאָכבוך, (Helen Nash‘s New Kosher Cuisine Overlook Press).
בוריקע־זופ
בוריקעס זענען צווישן מײַנע באַליבטסטע גרינסן, צוליב זייער פּרעכטיקן קאָליר, געשמאַקן טעם און ווײַל זיי האָבן אַ סך וויטאַמינען. מע קען עס דערלאַנגען צום טיש הייס, אָדער בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור.
1/4—1 פֿונט (570 גראַם) בוריקעס, און 1 קליינע בוריקע, צום גאַרנירן
2 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 רויטע ציבעלע, אין רעפֿטלעך
2 ציינדלעך קנאָבל, אין רעפֿטלעך
1 מאַקינטאָש־עפּל, אָפּגעשיילט און אין רעפֿטלעך
1/2—4 טעפּלעך (1.08 ליטער) יויך
2 לעפֿל קוואַס־עסיק
1 לעפֿל טונקעלער ברוינער צוקער
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
שיילט אָפּ און צעשנײַדט די בוריקעס אויף רעפֿטלעך. הייצט דעם בוימל אין אַ קליינעם טאָפּ. גיט צו די ציבעלע, קנאָבל און עפּל, און מישט עס 5 מינוט לאַנג.
פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און קאָכט עס, צוגעדעקט, בערך אַ האַלבע שעה, ביז די בוריקעס ווערן ווייך. בעת עס קאָכט זיך די זופּ, וויקלט אײַן די קליינע בוריקע אין זילבער־פּאַפּיר. באַקט עס אויף 400 גראַד (205 צעלזיוס) אַ האַלבע שעה. קילט עס אָפּ, וואַרפֿט אַרויס דאָס שאָלעכץ און צערײַבט עס מיט אַ ריבאײַזן.
ווען די זופּ איז גרייט, צעמאָלט עס אין אַ מישמאַשין, ביז עס ווערט זייער גלאַטיק. גיט צו דעם עסיק, ברוינעם צוקער, זאַלץ און פֿעפֿער. גאַרנירט עס מיט דער צעריבענער בוריקע.
הינדל־סאַלאַט מיט ווילדער ציקאָריע (Radicchio)
דאָס איז אַ פֿיל־פֿאַרביקער, געשמאַקער סאַלאַט, מיט אַן אייגנאַרטיקער מיטללענדישער פּיקאַנטקייט.
6 העלפֿטן בייליק, אָן ביינער אָדער הויט
2 לעפֿל איילבערט־בוימל
גראָבע זאַלץ
שוואַרצער פֿעפֿער
1 קליינע רויטע ציבעלע, אין דינע רעפֿטלעך
1 הייפּטל ווילדע ציקאָריע, צעשניטן
1־2 בונטלעך רוקאָלאַ (arugula), צעריסן
1/2 טעפּל (20 גראַם) פּעטרישקע, צעהאַקט
באַשמירט דאָס הינדל מיטן בוימל; באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט אים. וויקלט יעדע בייליק־העלפֿט אין זילבער־פּאַפּיר, און פֿאַרפּאַרעט זיי (steam them) איבער אַ הויכן פֿײַער בערך 9 מינוט. דרייט אָפּ דאָס פֿײַער און לאָזט זיי ליגן 1 מינוט. ווען זיי קילן זיך אָפּ, נעמט אַראָפּ דעם זילבער־פּאַפּיר און צעשנײַדט זיי אויף דינע רעפֿטלעך. מישט זיי אויס מיט דער ווילדער ציקאָריע.
באַגיסט עס מיטן זיס־און־זויערן סאָוס (זעט ווײַטער):
זיס־און־זויערער סאָוס
1/3 טעפּל (80 מילי־ליטער) איילבערט־בוימל
1/2 טעפּל (70 גראַם) סאָסנע־קערעלעך (pine nuts)
1/2 טעפּל (115 גראַם) ראָזשינקעס
2 לעפֿל מאַרסאַלער ווײַן
2 לעפֿל באַלזאַמישער עסיק
הייצט אָן דעם בוימל אין אַ קליינעם טאָפּ. גיט אַרײַן די סאָסנע־קערעלעך און ראָזשינקעס און מישט זיי איבער אַ קליינעם פֿײַער, ביז די קערעלעך ווערן גאָלדיק. דרייט אָפּ דאָס פֿײַער און מישט אַרײַן דעם ווײַן און עסיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.