אַ מיטללענדישע דיעטע, וואָס האָט א הויכן פּראָצענט איילבערט־בוימל, ניס, פֿיש, פֿרישע פֿרוכטן און גרינסן, און אַפֿילו רויטן ווײַן, קאָן העלפֿן אויסמײַדן אַ האַרץ־אַטאַק אָדער מוח־אַטאַק, גיט איבער אַ נײַע שטודיע פֿון שפּאַניע.
די פֿריִערדיקע פֿאָרשונגען האָבן געגעבן אָנצוהערן, אַז מענטשן וואָס עסן אַ מיטללענדישע דיעטע, האָבן אַ געזינטער האַרץ ווי אַנדערע מענטשן, אָבער ביז איצט איז נישט געווען קלאָר, צי דאָס בעסערע געזונט איז צוליב דעם עסן, אָדער צוליב געוויסע אונטערשיידן פֿון לעבנס־שטייגער.
אין דער איצטיקער שטודיע, האָבן די פֿאָרשער פֿאַרזאַמלט כּמעט 7,500 עלטערע וואָלונטירן, וועלכע ווערן באַדראָט פֿון באַקומען אַ האַרץ־אַטאַק צוליב פֿאַרשידענע סיבות: זיי זענען געווען פֿעט, גערייכערט פּאַפּיראָסן, געליטן פֿון צוקער־קרענק אָדער פֿון אַ הויכן בלוט־דרוק.
אַ דריטל פֿון די וואָלונטירן האָט מען געהייסן, במשך פֿון פֿינף יאָר, זיך האַלטן בײַ אַ מיטללענדישע דיעטע מיט, צום ווייניקסטן, 4 לעפֿל איילבערט־בוימל אַ טאָג — אָבער בלויז דעם העכסטן קוואַליטעט איילבערט־בוימל (extra virgin olive oil).
די צווייטע גרופּע האָט מען אויך געהייסן היטן אַ מיטללענדישע דיעטע, אָבער זיי האָט מען אָנגעזאָגט עסן יעדן טאָג 1 אונץ (28 גראַם) ניס: בפֿרט — אַ געמיש פֿון וועלשענע ניס, מאַנדלען און האַזלניס.
די דריטע גרופּע האָט מען געהייסן אײַננעמען סתּם אַ ווייניק־פֿעטיקע דיעטע (נישט קיין מיטללענדישע), וואָס באַשטייט פֿון ווייניק־פֿעטע מילכיקע פּראָדוקטן, מאכלים געמאַכט פֿון פֿאַרשידענע מינים תּבֿואה, פֿרוכטן און גרינסן.
במשך פֿון די פֿינף יאָר האָבן 228 פֿון די באַטייליקטע געליטן פֿון אַ האַרץ־ אָדער מוח־אַטאַק, אָדער געשטאָרבן דערפֿון. בײַ די מענטשן, וועלכע האָבן זיך געהאַלטן בײַ אַ מיטללענדישער דיעטע, איז די ריזיקע פֿון קריגן אַ האַרץ אָדער מוח־אַטאַק געווען 28־30 פּראָצענט ווייניקער, ווי בײַ די מענטשן, וועלכע האָבן אײַנגענומען אַן אַלגעמיינע ווייניק־פֿעטיקע דיעטע.
„דאָס איז גוטע נײַעס, ווײַל איצט ווייסן מיר, ווי אַזוי צו פֿאַרהיטן די טייטלעכסטע פֿון אַלע קראַנקייטן — האַרץ־ און מוח־אַטאַקן — דורך אַ געראָטענער דיעטע,‟ האָט דערקלערט ד״ר מיגעל מאַרטינעז־גאָנזאַלעז, פֿונעם „פּאַמפּלאָנער אוניווערסיטעט‟. די שטודיע איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם New England Journal of Medicine.
בײַ געוויסע מענטשן קלינגט אפֿשר מאָדנע, וואָס מע מוטיקט מענטשן צו עסן פֿעטיקע שפּײַזן ווי איילבערט־בוימל און ניס. הײַנט ווייסן מיר אָבער, אַז געוויסע מינים פֿעטס פֿאַרבעסערן דאָס געזונט, און אַנדערע — שאַטן.
צווישן די נישט־געזונטע שפּײַזן: קאָמערציעל־פּראָדוצירט ברויט און זיסוואַרג; זיסע סאָדעס ווי „קאָקאַ־קאָלע‟, רינדערן פֿלייש און אויפֿשניט (וווּרשטלעך, סאַלאַמי, פּאַסטראַמי, אאַז״וו).
מאַרטינעז־גאָנזאַלעס עצהט מענטשן צו פֿאַרבעסערן זייער דיעטע צו־ביסלעך. „אפֿשר קענט איר פּרוּוון איינס אָדער צוויי טעג נישט עסן קיין פֿלייש; קאָכן מיט איילבערט־בוימל אַנשטאָט פּוטער, אָדער טרינקען רויטן ווײַן מיט אײַערע מאָלצײַטן,‟ האָט ער געזאָגט.
„אַנשטאָט צו נאַשן קאַרטאָפֿל־טשיפּקעלעך אָדער קיכעלעך, ווען עס פֿאַרכאַפּט אײַך דער הונגער, זאָלט איר פּשוט נעמען אַ זשמעניע ניס,‟ האָט ער געעצהט. „ניס זעטיקן אַ מענטשן זייער גיך, וועט איר מער נישט פֿילן דעם הונגער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.