אין אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל האָט איר געלייענט וועגן די חסידישע רביים אין טשערנאָוויץ און זייערע רביצינס.
האָט איר אָבער געוווּסט אַז ס׳איז אויך פֿאַראַן אַ טשערנאָוויצער חלה? דאָס האָבן מיר זיך דערוווּסט פֿונעם קאָכבוך A Blessing Of Bread פֿון מאַגי גלעזער.
אין דעם ווידעאָ פֿלעכטן מיר צונויף דאָס טייג פֿון דער טשערנאָוויצער חלה אויף פֿאַרשידענע אופֿנים — אַ טייל סאָפֿיסטיצירטע, אַ טייל אַזוי גרינג אַז אַ קינד קען עס טאָן.
דער וועגעטאַרישער נוסח פֿון דעם באַליבטן מאכל נעמט אָן אַ כּמו־פֿליישיקן טעם, אַ דאַנק די געטריקנטע שוועמלעך און סעלעריע־וואָרצל
זעט ווי מיר מאַכן דאָס טראַדיציאָנעלע מאכל מיט שוועמלעך, רײַז און קעז (אָדער צעמאָלענע ניס, אויב איר ווילט אַ פּאַרעווע ווערסיע).
צימעס, אַ מאכל לכבֿוד ראָש־השנה, באַשטייט פֿון מערן, וואָס דאַרפֿן ברענגען מיט זיך מזל און פֿאַרזיכערן אַ זיס נײַ יאָר.
אינעם עכטן רעצעפּט האָט מען דאָס פֿאַרפּראַוועטע פֿיש־פֿילעכץ אַרײַנגעגעבן אין רעפֿטלעך קאַרפּ — צווישן דער הויט און דעם ביין.
שׂרה־רחל שעכטער און איוו יאָכנאָוויץ ווײַזן ווי צו מאַכן אַ גלאָז טיי אַזוי ווי מע האָט געטאָן אין מיזרח־אייראָפּע און ווי מע קען עס טרינקען אויף אַן עכט־ייִדישלעכן אופֿן (רמז: מע דאַרף אַ קאָסקע צוקער).
שׂרה־רחל און איוו מאַכן געשמאַקע קעזבלינצעס מיט היימישן עפּל־קאָמפּאָט.
דערלאַנגט אויף פֿרישטיק דאָס געשמאַקע מאכל פֿון דער אַלטער היים, באַגלייט מיט דעם פֿרוכטסירעפּ און סמעטענע.
זעט ווי שׂרה־רחל און איוו גרייטן צו דאָס געשמאַקע פּורים־געבעקס וואָס זיי האָבן זיך געלערנט בײַ דער ווילנער פּאַרטיזאַנערקע, חיהלע פּאַלעווסקי.
שׂרה־רחל און איוו מאַכן אַ באַליבט מאכל פֿון דער אַלטער היים; זעט, ווי די טייג ווערט אַזוי דין, ס׳איז ממש דורכזיכטיק!
שׂרה־רחל און איוו גרייטן צו די היימישע פּאָטראַוועס און ליאַנאַ — די ייִדיש־רעדנדיקע באַריסטאַ — מישט די געטראַנקען.