ווײַסע מלאכים בײַם טויטן ים
געלאַנדעט פֿון הימל, ווי דעסאַנט פֿון צה‟ל.
זיך צעלייגט אויפֿן זאַמדיקן ברעג און צעשפּרייט
די פֿליגלען צו רוען נאָכן הויך־ווײַטן וועג.
ירושלים הערט זיך צו צום מידבר,
צום שאָרך פֿון זאַמדן אונטער קעמלס טריט,
וואָס אויף די הויקערס דורך דורות,
דאָס וויגעלע פֿון צײַטן וויגט.
דער ניגון נודנער בעדויִנער,
ווי רויטער פֿאָדעם ציט זיך דין;
פֿאַרבינדט דעם הײַנט מיט שבֿטים ווײַטע
דאָס תּפֿילה־קול פֿון מועדזין.
די אָפּגעבליטע סעדער זאָגן פֿרוכטן צו.
די אויסגעלייענטע ספֿרים — חכמה.
און וואָס זאָגט צו דײַן קוש?
אַ קינד, האָב איך אַרײַנגעקוקט אין ברונעם
צום ערשטן מאָל אין לעבן, ווי עס טרעפֿט;
און ווי שפּאַקטיוו פֿון זייגער־מאַכער בומע,
וואָלט איך אין אויג אַרײַנגעדרייט געפּלעפֿט.
די טיפֿקייט האָט פֿאַרשלעפּט אַראָפּ מיך האַסטיק,
דערטאַפּט מײַן בליק דעם שפּיגל פֿונעם דנאָ.
מיט פֿאַרבן פֿון אַ רעגנבויגן זאַפֿטיק
אַנטפּלעקט האָט זיך אַ בילד, ווי אין קינאָ.