Boris Sandler

נאָכן מבול

After the Deluge

פֿון באָריס סאַנדלער

יעקבֿס חלום

(פֿונעם ציקל „אַפּאָקריפֿן‟)

מלאכים אַראָפּ און מלאכים אַרויף —
דער לייטער פֿירט דאָך אין ביידע זײַטן.
אַבי נישט פֿאַרשפּעטיקן צו דעם אַראָפּ,
אַבי צום אַרויף פֿאַר דער צײַט נישט קומען.

Read more


אַ ווידוי נאָך דער לוויה

A Confession After the Funeral

פֿון באָריס סאַנדלער

Yehuda Blum

דער אָנזאָג, געלאָזט אויף זײַן מאָבילקע, האָט אים פֿאַרחידושט. ר׳ מאיר אָקון האָט געהאַט ערשט פֿאַרלאָזט די שיל נאָך שחרית, ס׳איז געווען אַ פֿערטל צו אַכט, ווען ער האָט זיך געכאַפּט, אַז מ׳האָט אים שוין איבערגעלאָזט אַן אָנזאָג. אויך דער אָנזאָג איז געווען אַ מאָדנער, דהײַנו: אַ מענעריש קול האָט אים געבעטן צו קומען הײַנט, 9 אַזייגער אין לוויה־הויז “אידעלטשיק” אויף קאָני אײַלענד אַוועניו.

ער האָט זיך דרײַ מאָל אײַנגע­הערט אין דעם אומבאַקאַנטן קול, אַ הייזעריקס, ווי עס טרעפֿט נאָך אַ לאַנגן שווײַגן אָדער פֿאַרקערט, נאָך אַ האַרצרײַסנדיקן אויסגעשריי… ער האָט צוגעדריקט דאָס טרײַבל צום אויער, וואָס וואָלט אים אפֿשר געהאָלפֿן טיפֿער אַרײַנדרינגען אינעם קלאַנג און אַרויסבאַקומען נאָך מער אינפֿאָרמאַציע, ווי ער האָט עס שוין געהאַט באַקומען. צוריק גערעדט, וואָס קאָן זײַן נאָך מער, אַז מע בעט דיך קומען אויף אַ לוויה? וואָס זשע האָט געקאָנט אַזוינס געשען אין אַ לוויה־הויז, מע זאָל אים, דעם פּרי­וואַטן דעטעקטיוו, גע­דאַרפֿט אַהין אַרויסרופֿן?

Read more


דער טעם פֿון מײַן מאַמעס מילעך

The flavor of my mother‘s milk

פֿון באָריס סאַנדלער

דער טעם פֿון מײַן מאַמעס מילעך

מײַן מאַמע איז שולדיק, וואָס ייִדיש, איר לשון,
האָט זי מיט איר מילך אין מויל מיר געשפּריצט.
כ‘האָב קעגנגעשטעלט זיך, געדרייט מיטן צינגל,
מיט פֿיסלעך געבריקעט, געריסן דאָס קול…
ס‘האָט גאָרנישט געהאָלפֿן — די מילך דער מאַמעס
אין בלוט ס‘איז אַרײַן, און מיט בלוט זיך צעמישט.
זינט דעמאָלט איך לעב, אַ פֿאַרסמטער מיט ייִדיש,
אַ סם, וואָס קיין שום אַנטידאָט איז נישטאָ.
עס העלפֿן נישט פּילן, קיין שום וויטאַמינען —
אַזאַ מין ירושה געהאַט אָפּגעשפּאָרט.
אַ ייִד איז געוווינט דאָך אין צרות אויך זוכן
אַ טראָפּנדל נחת, דערקוויקן דאָס האַרץ.
גענוג, לאָזט זיך אויס, איז אַ טראָפּנדל ייִדיש
צעשמעלצן דעם אומעט פֿון נעכטיקע טעג.
אין אָדערן מײַנע עס קלאַפּט און עס טראָגט מיך
אויף סטעזשקעס פֿאַרדרייטע דאָס האַרבע געמיש.
דער הײַנט איז דאָך טויב אָדער מאַכט זיך נישט וויסן:
ווער דאַרף דען הײַנט ייִדיש — אין מוח אַ שלאַק!
מײַן מאַמע איז שולדיק, און איך בין דער אָפּקום,
איך בריקע זיך ווידער, איך שרײַ אויף אַ קול…
ווי נאָר כ‘גיב אַ דריי מיט מײַן זינדיקן צינגל,
אויף ליפּן איך פֿיל פֿון איר מילעך דעם טעם.

מאַרץ, 2015

Read more


דרײַ חן־פּינטלעך

Three Beauty Marks

פֿון באָריס סאַנדלער

Yehuda Blum

אויף דער ברייטער אַספֿאַלט־סטעזשקע אין ברוקלינער מאַרין־פּאַרק האָט שפּאַצירט אַ קליינוווּקסיקער פּאַרשוין, וואָס זײַן גאַנצער אויסזען האָט אין אים אַרויסגעגעבן אַ ליו­באַוויטשער חסיד. נאָך מער: נישט ווייניק מענטשן צווישן דער חב״ד־קהילה אין באָראָ־פּאַרק וואָלטן אים באַלד אָנגערופֿן בײַם נאָמען — ר’ מאיר אָקון, דער „היימישער בלש‟. די הענט, פֿאַרלייגט הינטן אויף די קריזשעס, האָבן זיי אים געדינט איצט ווי אַ קעגנגעוויכט צו זײַן שטאַרצנדיק בײַכל, וואָס האָט מיט יעדן טריט דורכגעשניטן זיך דעם וועג אין דעם דורכזיכטיקן ים פֿון לופֿט. נאָך דער זאַטער פּסחדיקער וואָך, אָנגעשטאָפּט מיט געשמאַקע פֿעטע פּאָטראַוועס, ווי אַ געפֿילט העלדזל מיט מצה־מעל און געפּרעגלטע ציבעלעס, איז קיין בעסערע שיטה אַראָפּצולאָזן כאָטש אַ ביסל וואָג נישט געווען. צוריק גערעדט, וואָס מער ער האָט דאָ שפּאַצירט, אָנזעטנדיק זײַן בלוט־סיסטעם און דעם גאַנצן גוף מיט דער בגילופֿינדיקער פֿרישקייט פֿונעם טאָג, אַלץ שטאַרקער איז געוואַקסן זײַן אַפּעטיט. יאָ, אַזוי גיך ווי ער גייט, איז גוט צו כאַפּן טשערעפּאַכעס; די צוויי טראָגעדיקע פֿרויען האָבן אים שוין איין מאָל אָנגעיאָגט. ער האָט געזען ווי זיי שמייכלען זיך איבער, פֿאַרבײַגייענדיק.

אַ ווײַלע שפּעטער איז ר’ מאיר שוין גע­זעסן אויף איינער פֿון די בענק, וואָס זײַנען אויס­געשטעלט לענגויס דער שפּאַציר־סטעזשקע, ווי ספּעציעל צו פֿאַרנאַרן אַזעלכע אַט­לעטן ווי ער. פֿונעם גרינעם פֿעלד, וואָס האָט זיך צעשפּרייט אויף אַ ריזיקן שטח אַקוראַט אין מיטן דעם פּאַרק, האָבן זיך געטראָגן צעהיצטע שטיקער געשרייען פֿון די הילקע־פּילקע־שפּילער, אַ זאַך, וואָס פֿאַר ר’ מאירס שאַרפֿן מוח איז געווען נישט צו באַגרײַפֿן. צוריק גערעדט, האָט ער זיך קיין מאָל נישט פֿאַרעקשנט זיך באמת צו דערוויסן, וואָס איז דער שׂכל פֿון דער דאָזיקער שפּיל; אָבער אַפֿילו דעמאָלט, ווען ער האָט מיט יאָרן צוריק געמאַכט אַזאַ פּרוּוו, נאָך זײַענדיק אַ ישיבֿה־בחור און אַ גרינער אימיגראַנט פֿון רוסלאַנד, האָט אים זײַנער אַ חבֿר אָנגעקוקט, ווי מאיר וואָלט בײַ אים געפֿרעגט דעם טאָג פֿון משיחס קומען, און אַ זאָג גע­טאָן מיט שטאָלץ: “מע דאַרף געבוירן ווערן אין אַמעריקע עס צו פֿאַר­שטיין!”

Read more


דער „היימישער בלש” ר׳ מאיר אָקון

The Orthodox Detective Mr. Meyer Okun

פֿון באָריס סאַנדלער

Yehuda Blum

אין ברוקלינער מאַרין־פּאַרק איז אויף אַ באַנק געזעסן אַ ייִד אין אַ שוואַרצן ראָק און אַ הוט אויפֿן קאָפּ, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ ליובאַוויטשער חסיד פֿון אַ גאַנץ יאָר. דאָס רעקל איז אים געווען צעשפּיליעט, וואָס האָט דערמעגלעכט זײַן היפּש בײַכל לײַכט אָטעמען און איבערקאָכן דעם זאַטן פֿרישטיק; אויך צעשפּיליעט איז געווען דאָס אייבערשטע קנעפּל אויפֿן ווײַסן העמד, וואָס די שפּיצן האָבן אַרויסגעשטעקט פֿון אונטער דער געדיכטער באָרד — אַ געמיש פֿון קאַשטאַן־ און געל־פֿאַרבן, צווישן וועלכע עס האָט זיך דורכגעשלאָגן אַ פֿריִיִקע גרויקייט. זײַנע אויגן האָט ער געהאַלטן פֿאַרמאַכט, וואָס האָט געקאָנט מיינען עטלעכע זאַכן: ראשית, אַז דער פֿרומער ייִד איז פֿאַרטאָן אין זײַנע משחבֿות און טראַכט אַרום די פּרשה פֿון דער וואָך; שני, איז ער מהנה די פֿרישע לופֿט פֿון דעם וואַרעמען וועסנע־טאָג, דעם פֿריילעכן פֿויגל־קוויטשערײַ, וואָס דערמאָנט דעם מענטש, אַז זיי, די פֿייגל, זײַנען אויך גאָטס באַשעפֿענישן, און אויף דעם וועלטל האָבן זיי זיך באַוויזן נאָך פֿריִער פֿון אים; און שלישי, איז גאָר מעגלעך, אַז ער כאַפּט אַ זיסן דרעמל, וואָס עס שטערט אים נישט אַזוי, זיצנדיק אויף דער באַנק אין התבודדות, זיך אַוועקטראָגן אין זײַן דמיון, ווי שלמה המלך אויף זײַן אָדלער, רײַטנדיק…

Read more


די „חד־גדיא‟ פֿונעם אינדזל קוראַסאַאָ

The "Chad Gadya" from Curacao

פֿון באָריס סאַנדלער

1

דער „אײַפֿאָן‟ האָט מיט אַ קורצן קלאַנג אים אויפֿגעוועקט, ווי אַ שנאַל געטאָן אין דער נאָז. קאָבי, נאָך האַלטנדיק די אויגן פֿאַרמאַכט, האָט זיך אַ צי געטאָן מיט דער האַנט צום שמאַטענעם רענצל, וואָס איז געלעגן פֿון דער רעכטער זײַט אויפֿן צווייטן שעזלאָנג, צוגערוקט צו זײַנעם. נישט אַנדערש, ווי זײַן שעף־רעדאַקטאָר שיקט אים ווידער אַן אָנזאָג. ער האָט אים שוין פֿאַרוואָרפֿן מיט טעקסט־בריוולעך. צוטראָגנדיק דעם מכשיר צום פּנים, האָט קאָבי זיך קורצזיכטיק אײַנגעקוקט אין די קורצע שורות. אַזוי איז עס טאַקע: זײַן באָס… ווי ער וואָלט נישט געוווּסט, אַז קאָבי האָט גענומען אַ וואָך, ריכטיקער, בלויז זעקס טעג וואַקאַציעס… אַנטלאָפֿן פֿון דעם ניו־יאָרקער רעש און זשום, וואָס האָט שוין אויפֿגעגעסן זײַן מוח… סוף־כּל־סוף, איז ער דאָך נישט אַגאַטאַ קריסטי, נישט דזשאָרזש סימענאָן און אַפֿילו נישט מײַקל שאַבאַן. ער איז, ווער ער איז — הרפּתּקן, און שטעלט צו יעדע וואָך זײַנע קרימינעל־געשיכטעס פֿאַרן זשורנאַל “Pick-Up”…

פֿאַרשטייט זיך, אַז „הרפּתּקן‟ איז זײַן ליטעראַרישער פּסעוודאָנים; זײַן אמתער פֿאַמיליע־נאָמען איז שוואַרץ, קאָבי שוואַרץ. ווען ער האָט נאָר אָנגעהויבן שרײַבן זײַנע קרימינעלע געשיכטעס, מיט כּמעט צען יאָר צוריק, האָט אים זײַן קאָלעגע, אַן אַלטער זשורנאַליסט מיט ביצים, ווי מע זאָגט — האַלב־ערנסט, האַלב־שפּאַסיק אַ זאָג געטאָן: “נאָך איין שוואַרץ! די גאַנצע פּרעסע איז שוין פֿאַרשוואַרצט געוואָרן!” דער יונגער שוואַרץ האָט דעם אַנטיסעמיטישן שטאָך דעמאָלט אַראָפּגעשלונגען, נישט געוואָלט זיך פֿאַרפֿירן מיטן אַלטן פֿאַרצער; בלויז שטיל, אָבער פֿעסט אים געענטפֿערט: “זײַט פֿאָרזיכטיק, איר קאָנט נאָך, חלילה, בלינד ווערן!”

Read more


לעבנס־פּאַרק

Amusement Park

פֿון באָריס סאַנדלער

***

„שלום־עליכם דיר!” — באַגריסט האָב איך אייראָפּע.
דערהערט האָב איך צוריק: „אַללאַ אַקבאַר!”

***

לעבנס־פּאַרק

אויף די הוידלקעס פֿון צײַט
פֿליסט אַרויף און באַלד אַראָפּ,
ס‘וויל זיך העכער — פֿאַלסטו טיפֿער,
עס פֿאַרכאַפּט דעם אָטעם אַזש.

ס‘דאַכט, דײַן קאָפּ דעם הימל גרייכט,
ביסט שוין הויך און שטאַרק, און גרויס,
שפּאַלט די ערד זיך, און אַ זעץ —
פֿאַלסט אין אָפּגרונט, ווי אַ שטיין…

פֿול דער לעבנס־פּאַרק מיט לײַט,
קיין אַטראַקציע פֿעלט נישט אויס,
יעדער זוכט אויף זײַן געשמאַק,
צו פֿאַרווײַלן גוט די צײַט.

סעפּטעמבער, 2014

Read more


דער „שוואַרצער טעלער‟

The Black Plate

פֿון באָריס סאַנדלער

ער איז געהאָנגען אויף דער וואַנט אין קיך כּמעט אונטער דער סטעליע, ענלעך צו דער פּסחדיקער קערה, נאָר טיפֿער, און אַ גאַנצן טאָג — פֿון זעקס אין דער פֿרי ביז צוועלף בײַ נאַכט — האָט זיך פֿון אים עפּעס געהערט: אָט האָט מען גערעדט, אָט האָט מען געשפּילט, און אָט האָט מען געזונגען. דער „שוואַרצער טעלער‟ איז געווען אַ טייל פֿון אונדזער משפּחה, און ווי אַלע אַנדערע מיטגלידער, האָט ער שטענדיק גערעדט, און נישט געהערט, וואָס מע רעדט צו אים. יעדנפֿאַלס, אַזוי האָבן אַלע געטראַכט, חוץ דעם זיידן.

יעדער אין שטוב האָט געהאַט צום „שוואַרצן טעלער‟ זײַן אייגענע באַציִונג. דער זיידע, ווי דער עלטסטער אין דער משפּחה, אַ פֿרומער ייִד, וואָס האָט אַלע זײַנען יאָרן ביז דער מלחמה געלעבט אין אַ קליין שטעטל, האָט געטענהט, אַז די „שוואַרצע זאַך‟ איז טריף, און קיין חכמה ברענגט עס נישט, ווײַל עס „קומט אַרויס פֿון דער מלוכה‟. נאָך מער: זײַן דעה איז געווען, אַז דער „טעלער‟ הענגט נישט סתּם אַזוי; „זיי האָבן אים ספּעציעל אויפֿגעהאָנגען צו וויסן, וואָס יעדער רעדט בײַ זיך אין שטוב!‟ — בײַ די ווערטער פֿלעגט זײַן לאַנגער ביינערדיקער פֿינגער דורכשטעכן די לופֿט, און ווען נישט די סטעליע, וואָלט ער מיט אים געטראָפֿן אין הימל אַרײַן. — „דעריבער דאַרף יעדער זיך היטן מיטן וואָרט‟.

Read more


אין דער נאַכט פֿון פֿולער לבֿנה

During the Night with a Full Moon

פֿון באָריס סאַנדלער

Max Gershman

1

… די דרײַ קאַצאָיִדן האָבן אַרומגערינגלט מאַרקיזע פּערדיו. פֿון זייערע גרין־קײַלעכדיקע בייזע אויגן האָט זיך אַרויסגעריסן דינע שאַרפֿע שטראַלן, וואָס האָבן זיך אַרײַנגעשטאָכן אין דעם ווייכן מיידלשן לײַב פֿון דער מאַרקיזע, ווי דינע שטאָלענע שפּיזן אין וואַקס. זיי האָבן געזאָלט אָנזעטיקן איר בלוט מיט דעם זעלטענעם מין סם, וואָס איז ערשט נישט לאַנג צוריק אַנטפּלעקט געוואָרן אין דער געהיימער לאַבאָראַטאָריע אויף דעם מויז־פּלאַנעט 1333. ער פֿאַרוואַנדלט דעם מוח אין אַ שטיק טייג, וואָס לאָזט זיך קנעטן אין די בייזוויליקע הענט.

„סוף־כּל־סוף, האָבן מיר דיך געכאַפּט, מײַזעלע‟, — האָט אויף אַ קעצישן אופֿן אויסגעמורמלט איינער פֿון די דרײַ קאַצאָיִדן. אויף דעם געל־האָריקן פּרצוף זײַנעם האָט זיך צערונען אַ בייזער שמייכל, און געבליבן הענגען אויף די שיטערע וואָנצעס. די צוויי אַנדערע קאַצאָיִדן האָבן צוגעמורמלט.

„מיר וועלן דעם סעקס־סעאַנס דורכפֿירן אַלע דרײַ אין איינעם…‟ — האָט אַ צי געטאָן צו דער מאַרקיזע זײַן לאַפּע דער שוואַרץ־האָריקער קאַצאָיִד. איבערן שטערן און רעכטער באַק האָט דורכגעשניטן זײַן צורה נאָך אַ פֿרישער שראַם. — „איך — פֿון הינטן!‟

Read more


ווען איך וואָלט געקאָנט...

If I could...

פֿון באָריס סאַנדלער

האָר

„ער איז אויף אַ האָר פֿון טויט!‟ —
ווער ווייסט דאָך דאָס ווערטל נישט?!
צו קומען צום סוף גענוג איז אַ האָר,
אַז אַלץ ביז אַהער זאָל זײַן אָפּגעווישט.

Read more


רויטער קאַדילאַק און שלימזל

The Red Cadillac and the Man Without Luck

פֿון באָריס סאַנדלער

1

כאַריטאָן מעלאַמוד איז אויפֿגעשטאַנען אַן אויסגעשעפּטער, ווי בײַ נאַכט וואָלט מען פֿון אים אויסגעפּאָמפּט אַלע זײַנע כּוחות, צוזאַמען מיט די קישקעס. די צונג האָט אָפּגעלעקט פֿון די ליפּן די לעצטע טראָפּנס גאַל. פֿונעם שפּיגל אינעם וואַשצימער האָט אויף אים געקוקט אַ פֿאַרקרימטע ביטערע צורה. פּונקט די זעלבע צורה האָט ער געזען אין שלאָף — די שיטערע גרויע קלאָטשעס האָר אויפֿן קאָפּ, וואָס האָבן געלאָזט די לעצטע סימנים פֿון אַ מאָל שוואַרץ־געדיכטער באַוואַקסנקייט; דערפֿאַר איז דער שטערן געוואָרן העכער, ווי אָפּגעכאַפּט אַ שטיק שטח פֿונעם קאָפּ, וועלכער האָט אויסגעזען בלאַסער און מין אַ גלאַנץ. די אויגן האָבן אומעטיק אַרויסגעקוקט פֿון זייערע שפּאַלטן אויף כאַריטאָנען, ווי אויף אַן אַלטן באַקאַנטן, וואָס מע ווייסט שוין וועגן אים אַלץ און נאָך אַ ביסל.

— ווער ביסטו? — האָט הייזעריק געפֿרעגט כאַריטאָן, נישט דערקענענדיק זײַן אייגענע שטים.

— כ’הייס, שלימזל. — האָט קורץ געענטפֿערט דער פּאַרשוין אַנטקעגן.

— אַ מאָדנע נאָמען, צי אפֿשר איז עס אַ צונאָמען?

דער פּאַרשוין האָט זיך אַ קראַץ געטאָן די באַק, נישט געגאָלט שוין עטלעכע טעג.

Read more


אַ קליינער סוד

A Small Secret

פֿון באָריס סאַנדלער

צייכענונג: וויטאַלי אומאַנסקי

1

איך ווייס נישט ווי מע רופֿט עס… מסתּמא, פֿאַרליבטקייט. איך האָב פֿאַרגעדענקט דאָס געפֿיל פֿון מײַן קינדשאַפֿט. אין אונדזער הויז האָט די מאַמע פֿאַרדונגען אַ צימער; אַ געראַמער צימער מיט אַ גרויס פֿענצטער אויף דער גאַס. נישט ווײַל מיר האָבן זיך געקאָנט באַגיין אָן דעם צימער — די מאַמע, איך מיט מײַן קלענערן ברודער און די באָבע; נאָך מײַן טאַטנס טויט איז דער מאַמען אויסגעקומען שווער אויסצוהאַלטן אונדזער הויזגעזינד. דערצו האָט דער טאַטע זיך אַ לענגערע צײַט גע­מוטשעט, כּמעט נישט געאַרבעט, מער געלעגן אין שפּיטאָל. אויפֿן פֿראָנט האָט ער פֿאַרקילט זײַנע לונגען און, ווי עס פֿלעגט זאָגן די באָבע, מײַן מאַמעס מאַמע — ס׳איז גענוג אַ פּרי­שטשיקל, עס זאָל ווערן אַ מכּה.

אינעם פֿאַרדונגענעם צימער האָט ביזן טאַטנס טויט גע­וווינט די באָבע. זי האָט אַליין פֿאָרגעלייגט, אַריבערצוטראָגן איר בעט אינעם שלאָפֿצימער פֿון מײַנע עלטערן. די מאַמע איז נישט געווען מסוכּן צופֿרידן פֿון דער באָבעס “פּלאַן”, נאָר קיין אַנדער ברירה צובאַקומען צו אונדזער ביודזשעט, אַזוי אויך אַ נעבעכדיקער, נאָך אַ פּאָר רובל, האָט זי נישט געהאַט.

Read more


די באַלאַדע וועגן אַ נוס

The Ballad of a Nut

פֿון באָריס סאַנדלער

כ’האָב צעשפּאָלטן אַ נוס און דערזען דאָרט מײַן מוח,
אײַנגעקוועטשט אינעם שאַרבן פֿון שאָלעכץ.
האָב איך, הייסט עס, גערײַפֿט נישט בײַ מאַמען אין בויך,
נישט איר ווייען געפֿילט, נישט איר קרעכץ.
אויף אַ צווײַג, צווישן בלעטער, געהערט זייער רויש,
ביז די צײַט איז געקומען צו פֿאַלן אין קויש.

Read more


קאַטאַלאָנער ציקל: די ביטערקייט פֿון צײַט דער הימל קריגט

Catalan Cycle: The Skies Receive the Bitterness of Tears

פֿון באָריס סאַנדלער

קאָליור — כּל־אור

די מאָלערס האָבן דאָ געזוכט דעם סוד,
דעם געטלעכן געמיש פֿון לופֿט און ליכט;
פֿון ציגל רויט אויף דעכער פֿלאַכע ברען,
די גראָ פֿון שטיין פֿאַראייביקטער גערעם…
און אויף כּל־אור דעם נאָמען איך פֿאַרריכט
און ס’ענטפֿערט מיר דאָס בלאָ פֿון וואַסער־ראָד.

Read more


קאַריביער ציקל: אַ ווײַסע שיף דעם האָריזאָנט צעשניטן

Caribbean Cycle: A White Ship Splitting the Horizon

פֿון באָריס סאַנדלער

* * *

געבויט אַ ייִנגעלע אַ טורעם אויפֿן זאַמד,
נאָר יעדע נײַע כוואַליע האָט צעשווענקט די ווענט —
אַזוי שוין פֿירט זיך פֿון די עלטסטע צײַטן אָן.
דעם כּלל דאָס קינד האָט נישט געוווּסט און זײַנע הענט
אויף ס’נײַ דעם טורעם אויפֿגעשטעלט און נישט געזאַמט
געצויגן אים אַרויף אין שפּיל מיט ים פֿאַרטאָן.
געבענטשט זאָל זײַן עקשנות פֿון אַ קינד!

Read more


יאָר־סעזאָנען אין מײַן ברוקלינער הייפֿל

The Seasons In My Brooklyn Yard

פֿון באָריס סאַנדלער

מאַרץ: פּורים אויף דער נשמה

כ‘צעפּראַל דאָס פֿענצטער נאָכן נודנעם ווינטער,
שלום־עליכם, וועסנע, קום אין הויף אַרײַן!
ביסטו אַצינד די באַלעבאָסטע, פֿיל זיך פֿרײַ,
צעטרײַב די מרה־שחורה פֿון געוויטער.

Read more


אַפּאָקריפֿן (14)

Apocrypha (14)

פֿון באָריס סאַנדלער

יהודית אין גן־הפּעמון

כ‘האָב זי דערקענט. אין גן־הפּעמון,
אין „גלאָקנפּאַרק‟, אין שטאָט ירושלים,
איז זי געזעסן לעבן מיר און האָט
אין שפּיגעלע אַ קליינס אויף זיך געקוקט.
ז‘האָט גוט געקענט די קונסט פֿון מאַקיִאַזש:
דאָס בערשטעלע אין פֿינגער אירע דינע
האָט אויסגעלעקט מיט צינגל שפּיציק־ווייכס
די ווינקעלעך פֿון אויגן און די וויִעס,
דערנאָך אַ גליטש אַראָפּ — די נאָז און קין,
ווי אָפּגעשפּראָכן זי פֿון בייזע רוחות.

Read more


אַפּאָקריפֿן (12, 13)

Apocrypha (12, 13)

פֿון באָריס סאַנדלער

גלגל־החוזר

די מוטער־וועלט אויף בראָכשטול ליגט, צערוקט די זײַלן ברייט…
איך גיי צוריק צום טויער, וואָס פֿון דאָרט, מיט יאָרן לאַנג,
פֿאַרטריבן כ‘בין געווען אין ווײַטן נע־ונעד
פֿאַר ווילן וויסן דאָס, וואָס וויסן איז פֿאַרווערט.
איין שניט — און איך בין פֿרײַ, איין טראָפּן בלוט אין גאַנצן,
און ווידער כ‘בין פֿאַרקניפּט מיט דײַן אין־סוף און וועג.

Read more


אַפּאָקריפֿן (10, 11)

Apocrypha (10, 11)

פֿון באָריס סאַנדלער

יפֿתּחס טאָכטער

צומאָל, געשטעלט זיך קעגן גיכן גאַנג פֿון צײַט,
שוין וויסנדיק דעם סוף פֿון דער געשיכטע,
באַצייכן איך אין רוים אַ קרײַז מיט קרײַד
און מיטן מוח־שאַרף איך שנײַד די תּקופֿות שיכטן.

Read more


אַפּאָקריפֿן (9)

Apocrypha (9)

פֿון באָריס סאַנדלער

יוספֿס קבֿר

שוין אויסגעווען אין אַלע ווינקלען פֿון מצרים,
האָט ער, דער פֿירער פֿון זײַן פֿאָלק און גאָטס שליח,
געבלאָנדזשעט אינעם מידבר וויסטן אָן אַ ראַיה,
וווּ יוספֿס איז געביין, עס ברענגען צו עליה.

Read more