Boris Sandler

ווען איך וואָלט געקאָנט...

If I could...

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

האָר

„ער איז אויף אַ האָר פֿון טויט!‟ —
ווער ווייסט דאָך דאָס ווערטל נישט?!
צו קומען צום סוף גענוג איז אַ האָר,
אַז אַלץ ביז אַהער זאָל זײַן אָפּגעווישט.

„ער הענגט אויף אַ האָרעלע!‟ — אונטן אַ תּהום,
נישטאָ מער קיין ברירה, קיין אַלטערנאַטיוו,
בלויז קורצע ידיעות: „… אַמאָל איז געווען…‟ —
אַ שטאָך אינעם מוח — אַוועק אין דער טיף.

פֿון שמשון הגיבור שוין פֿירט זיך אַזוי —
די שער מיטן שווערד געחתמעט אַ פֿליכט:
נישט שאַנעווען קיינעם מיט האָר אויפֿן קאָפּ,
געבענטשט זאָל און גלאַנצן דער אייביקער פּליך!


ווען איך וואָלט געקאָנט…

ווען איך וואָלט געקאָנט אין דעם זעלבן וואַסער
פֿון טײַך פֿון מײַן לעבן דאָס פּנים מײַנס וואַשן,
דעם שווייס און דעם שטויב, געקליבן אויף וועגן,
דעם נחת שקאַרמיצל אין בוזעם באַהאַלטן —
די יאָדערלעך זיסע אין מאָרגן פֿאַרפֿלאַנצן.

אַ פֿרישער, די ראיה אין אויגן פֿאַרשאַרפֿטע,
באַקאַנטע פּייסאַזשן פֿון קינדשאַפֿט זיך שפּרייטן —
דער טאָל, מאָש קיריקע*, זײַן סטאַדע געמישטע
פֿון ציגן און שאָף — פֿון ייִדן און גויים
געשיקט צו דער „סטינע‟** נאָך ברינדזע און קאַש***.

קיין חילוק ז‘נישטאָ צווישן ייִדיש און גוייִש —
דער טעם איז דער זעלבער, געבראַכט פֿון גן־עדן;
דער טעם איז דער זעלבער — די ברכה איז אַנדערש,
און דאָ הייבט זיך אָן די מחיצה, די גרענעץ
פֿון מילכיקס און פֿליישיקס, פֿון בלוט און פֿון בילבול.

דער טײַך פֿון מײַן לעבן טראָגט ווײַטער דאָס וואַסער,
פֿאַרטונקלט פֿון זינד און פֿון אומשולדיק בלוט.
פֿאַרשוווּנדן דער טאָל און די סטאַדע געמישטע…
………..
צוויי מאָל אין דעם וואַסער ז‘מיר שטיין נישט באַשערט.

־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־

*מאָש קיריקע (רומ.) — פֿעטער קיריקע

**„סטינע‟ (רומ.) — שעפּסנשטאַל

***קאַש (רומ.) — אַ סאָרט ווייכער ברינדזע

סעפּטעמבער 2014