פֿון שמואל־ניסן גאָדינער
אָט אַזױ זײַנען זײ אָפּגעזעסן אַ לאַנגע, בלױע װינטערנאַכט, אין דער אַלטער גרױסער שטוב מיט די שטומע שאָטנס פֿון זײדעס און עלטער־זײדעס מיט לאַנגע זילבער־בערד אין די טונקעלע װינקלען, מיטן פֿאַרשטױבטן אומעט פֿון אײביקײט־שכינה מיט אָפּגעהאַקטע פֿליגל צװישן גלעזערנע שאַפֿעס מיט ספֿרים, מיט דער האַרציקער איבערגעגעבנקײט אײנער דעם צװײטן און מיט װילדער פֿרעמדקײט — און געפֿירט זײער װיכּוח.
Read More