פֿון צבֿי אײַזנמאַן
ס׳איז פֿאַר מיר געווען אַ יום־טובֿ, ווען מײַן עלטערער ברודער האָט מיך מיטגענומען צו דעם וואַנדערנדיקן „מוזיי פֿון אויסטערלישקייטן‟, וואָס איז אײַנגעשטאַנען אין דער אַלטער, פּוסטער פֿײַערלשער־קאָמאַנדע. כ׳האָב אייגנטלעך ניט געוווּסט וואָס דאָס איז אַזוינס און וואָס מע וועט דאָרט זען. כ׳בין אָבער מיטגעריסן געוואָרן פֿון דער פֿריילעכער שטימונג און פֿון דער הײַטערקייט מיט וועלכער די לופֿט פֿון אונדזער גאַס און פֿון די אַרומיקע געסלעך איז פֿול געווען. די דערוואַקסענע האָבן ניט ווינציקער ווי די קינדער זיך איבערגענומען מיט דער געשעעניש און ווער עס האָט זיך נאָר געקאָנט באַפֿרײַען פֿון דער אַרבעט איז געלאָפֿן קויפֿן בילעטן.
Read More
פֿון צבֿי אײַזנמאַן
ס’איז מיר צו חלום געקומען דער ווילדער קאַרשנבוים, וועלכער איז געשטאַנען בײַם זאַמדוועג.
Read More
פֿון צבֿי אײַזנמאַן
אַ פּאָעטישע מעשׂה וועגן אַ פֿאַרפֿירערישער ליבע
Read More