פֿון יצחק באַשעװיס־זינגער
ס׳זײַנען פֿאַראַן מענטשן, װאָס אױף זײער פּנים ליגט דער שטעמפּל פֿון זײער גורל. אַזאַ ייִד איז געװען משה בלעכער. ערשטנס, האָט ער אױסגעזען אַן ארץ־ישׂראל־ייִד, אַ תּימנער, אָדער עמעץ װאָס קומט פֿון שושן־הבירה. זײַן פּנים איז געװען טונקל, אָפּגעברענט, צעקנײטשט און געלבלעך, װי פֿון אַ טראָפּישער זון װאָס האָט געשײַנט דערױף זינט אוראַלטע צײַטן… צװײטנס, איז געװען אין זײַנע אױגן אַ פֿאַרחלומטקײט אַזאַ, װאָס מ׳זעט גאָרנישט אין די היגע מקומות. ס׳האָט זיך געדוכט, אַז די אױגן זײַנע זעען זאַכן פֿאַרהױלענע, װײַטע און אפֿשר אױך פֿאַרגאַנגענע, אָדער קומענדיקע.
Read More