יאָסל בירשטיין


עדיטאָריאַל

ליטעראַטור

מענטשן און געשעענישן

געשיכטע

פּובליציסטיק

ישׂראל, מיטל־מיזרח

אַנטיסעמיטיזם

ייִדיש־וועלט

קונסט און קולטור

רוחניות

קהילה

אין אָנדענק

טשיקאַוועסן

בן־גוריונס אַ לאַנדסמאַן

פֿון יאָסל בירשטיין

עס לייענט מיכאל בן־אַבֿרהם. די רעקאָרדירונג איז אַ טייל פֿונעם אַלבאָם „יאָסל בירשטיין: אויף די געסלעך פֿון ירושלים‟, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ האָט אַרויסגעלאָזט ווי אַ טייל פֿון דער סעריע „מײַסטערס פֿון ייִדישער פּראָזע‟. Read More


אַ טראָפּן שטילקייט

פֿון יאָסל בירשטיין

אַ טראָפּן שטילקייט
מיט צוויי קיישלעך בין איך געפֿאָרן אין מחנה־יהודה, דעם גרויסן מאַרק אין ירושלים, אײַנקויפֿן עפּעס אין שטוב אַרײַן. אָנגעקומען בין איך אַהין פֿון דער צווייטער זײַט, נישט אויף דער גאַס יפֿו, און דאָרטן איז דער אַרײַנגאַנג געווען אָנגעפּאַקט מיט מענטשן. הייס איז געווען, צווישן צוויי און דרײַ נאָך מיטיק, האָב איך זיך אַרײַנגעשטעלט אונטערוואַרטן אין שאָטן פֿון אַן עלעקטרישן סלופּ. מע וועט זיך צעגיין אַ ביסל וועל איך אַרײַן אין מאַרק.Read More


װי אַזױ װערט אַ מעשׂה?

פֿון יאָסל בירשטײן

װי אַזױ װערט אַ מעשׂה?
איך האָב זיך פֿאָרגענומען צו שװײַגן אַ ביסל, זיך אײַנהאַלטן און אױפֿהערן אױף אַ צײַט דערצײלן אָדער שרײַבן מעשׂיות, און האָב זיך װי אַלע מאָל געכאַפּט, אַז איך בין שױן װידער פֿאַרטאָן אין בײדע מלאָכות. אױך דאָס מאָל האָט זיך עס װי געװײנטלעך אָנגעהױבן פֿון אַ קלײניקײט: מײַן פֿעטערס האַנט. מײַן פֿעטער האָט מודיע געװען, אַז ער װעט קומען צו פֿאָרן צו אונדז צוזאַמען מיט זײַן װײַב, בין איך אַרױס אין דרױסן, װען די שעה האָט זיך דערנענטערט, און זײ געגאַנגען אַנטקעגן אױף רחובֿ זאַנגװיל, די גאַס װוּ איך װױן. לעבן דער פֿאַרמאַכטער שוסטער־בודקע פֿון אורי דעם רומענער, האָב איך זײ געזען אַראָפּשטײַגן פֿון אױטאָבוס; מײַן פֿעטער, אַ הױכער, װי ער האָט זיך אָפּגעשילדערט אין זײַן בריװ, מחמת איך האָב אים נישט געקענט, אָנגעטאָן אין אַ רוסישער קורטקע, פֿאַרקנעפּלט ביזן אײבערשטן קנעפּל אונטער זײַן גאָמבע, און זײַן גרױסע, שװערע האַנט, לעבן זײַנע היפֿטן, האָט ער גײענדיק אָנגעלענט אױפֿן קאָפּ פֿון זײַן נידעריק װײַב.Read More