פֿון טבֿיה גען
אַלע מײַנע גוטע פֿרײַנד װינטש איך פֿאַרברענגען אַזאַ װױלן זומערדיקן חודש, װי איך האָב הײַנטיקס יאָר פֿאַרבראַכט אין פּאַלאַנגע. דער װעטער איז געװען אַן אױסגעצײכנטער און יעדן פֿרימאָרגן בין איך געגאַנגען צום ים, װוּ איך האָב שױן געהאַט אַ צענדליק באַקאַנטע מאַנספּאַרשױנען און פֿרױען, געקומענע צו פֿאָרן פֿון דער נאָענט — פֿון קאָװנע, פֿון װילנע, פֿון די מער װײַטערע — מינסק, באָריסאָװ און פֿון די נאָך מער װײַטערע — לענינגראַד (סאַנקט־פּעטערבורג), מאָסקװע און שױן גאָר־גאָר װײַטע פֿון דאַנען — סװערדלאָװסק (יעקאַטערינבורג), נאָװאָסיבירסק.
Read More