פֿון דער טונקעלער
אײן מאָל, אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן, באַװײַזט זיך אין דער צײַטונג „מעשענער פֿײַפֿל” אַן אַרטיקל פֿון ד״ר זשיטלאָװסקי: “די פֿרױ אין דער דינאַמישער אַטמאָספֿער פֿון די שאַפֿונגס־כּוחות אין דער פֿעאָדאַלער עפּאָכע”. דערבײַ ברענגט ער אַזאַ שטעלע: “יאָ, אַלס באַװײַז פֿאַר דער ריכטיקײט פֿאַר מײַן טעאָריע קען איך ברענגען אַ פֿראַזע פֿון באַרימטן פֿילאָסאָף און טיפֿן אַנאַליטיש־רעװאָלוציאָנערן דענקער שינצע, װעלכע לױטעט: “די פֿרױ איז דער צימעס פֿון דער נאַטור”. דער דאָזיקער אַפֿאָריזם, װעלכן ער האָט געשריבן אױפֿן פֿערציקסטן יאָר פֿון זײַן שאַפֿן, האָט געקענט בלױז אַרױסדרינגען פֿון אַ טיף דורכגעטראַכטער פֿילאָסאָפֿישער אָנשױונג אַלס פּועל־יוצא פֿון אַ קאָסמישער אַלץ אַרומכאַפּנדיקער סיסטעם”.
Read More