פֿון בעסי האַלאָוויץ
פֿאַראַן אַ ווערטל: אַז די וועלט זאָגט משוגע, זאָלסטו גלייבן! דאָס האָט טאַקע נאָר אַ משוגענער געקענט אויסטראַכטן. אָט קוקט אויף מיר: איר זעט עפּעס? אַ מענטש, געזונט אויף אַלע חושים און דאָך האָב איך קיין אַנדער נאָמען ניט, ווי דער „צעדרייטער‟. פֿאַר וואָס? נאָר דערפֿאַר, וואָס איך שעם זיך מיטן נאָמען ייִד. איז וואָס איז דאָ דער חטא? איך האָב פֿאָרט פֿײַנט ס’ייִדישע לשון, ייִדישע מינהגים, ייִדישע ימים־טובֿים און גלאַט ייִדן געפֿעלן מיר ניט!
Read More