פֿון בלומע לעמפּעל
אַ גאַנצע נאַכט האָבן פֿאַנטאַסטישע ים־כװאַליעס מיך געהאַלטן געשפּאַנט. מיר שװימען צוזאַמען, איך און ער. דער ים ליגט פֿלאַך אָפּגעצױגן װי אַ זײַדענע קאָלדרע איבער אַ פֿאַרבעטן בעט. איך שװים אױפֿן רוקן אָן שום אָנשטרענג. אים זע איך ניט. איך פֿיל זײַן נאָענטקײט אין ריטעם פֿון דער כװאַליע אין פּריװאַטן האַפֿן פֿון פֿרעמדן ים.
Read More