Yiddish with an Aleph

די זון און די וואָלקנס — וואָס מיינען זיי טאַקע פֿאַר אונדז?

The Sun and the Clouds – What Do They Represent For Us?

פֿון יהושע כּהנא

  • Print
  • Share Share
YEHUDA BLUM

די זון ווערט שטענדיג אפגעמאלן אלס דער סימבאל פון שיינקייט און האפענונג. „דו ביסט שיין ווי די זון‟, „דער האט א ליכטיגע צורה, ווי די זון‟, אונזער משה רבינו’ס פנים ווערט דאך צוגעגליכן צו דער זון. וועגן האפענונג זאָגט מען: „די זון וועט נאכאמאל אויפשיינען פאר דיר‟.

ווירקליך, וואו עס איז די זון איז דא שיינקייט. א זוניגער טאג איז שענער ווי א פארוואלקענטער טאג. א זוניגער לאנד איז שענער ווי א פארוואלקענטער לאנד. ווי שיין איז א זון איבער א ים ברעג מיט די צום הימל אויסגעצויגענע פאלמענביימער. ווי שיין איז א הויז מיט א דאכפענסטער, אדער א ריזיגער גלעזענער וואנט אינעם קיך פון א באלבאטיש הויז וואָס פירט צום גארטן פון וואו די זון שטראלן שיינען פריידיג אויפן קאווע־שאל אדער דעליקאטעסן פונעם גביר’ס פרישטיג. 

די זון מיינט דאך לעבנסלוסט און ליכטיגקייט. א פרימארגן נאך אן אומעטיגער נאכט בלאזט אריין האפענונג. וואס זוניגער ס׳איז די גראז און די גאסן, אלץ בעסער איז די בשורה. דאס זעט זיך דאך באשיינפערליך אן אויף אונזערע קוזינען, די בעלי חיים און געוויקסן, וואס מיט זון שטראלן לעבן זיי אלע אויף. דער פרילינג איז די בשורה פון אנהייב זומער, פון לעבן און האפענונג. ווי וואונדערליך איז אריבערצושפרייזן פון א צפונדיגן קאלטן לאנד צו א דרומדיגן זוניגן לאנד. האלב פון דער באגייסטערונג פון דאס קומען קיין ארץ ישראל אדער פלארידע איז דאך די זוניגקייט.

טאקע דערפאר וואס די זון איז דער סימבאל פון שיינקייט און לעבן, איז ער דער בעסטער ביישפיל פון גוט’ס, וואס צופיל דערפון קען דווקא זיין שלעכט. צופיל זון איז נישט גוט, עס פארברענט און פארטריקנט. ווי האט יונה הנביא געבעטן גאט: „אדער ראטעווע מיך פון דער זון אדער נעם מיין לעבן.‟ שטענדיגע זון קען אפילו פארשאפן א מרה שחורה. נאך א הייסן זוניגן טאג איז א באשאטענטע נאכט א גרויסע שמחה, ווי יעדער שאטן בכלל. א רעגן נאך עטליכע ברענעדיגע וואכן קען ממש שאפן מנוחת הנפש.

יא, ס׳איז אמת, רעגן און וואלקנס באטייטן גיכער איינגעהילטקייט, אײנגעשלאסנקייט, אנטקעגן דער זון וואָס רעפרעזענטירט אפנקייט. די זון לייכט אלעס אויף, מען זעט אלעס, עס מאכט מענטשן ארויסגיין, זענען זיי ווייניגער איינגעשפארט אין שטוב. דאס פארקערטע איז מיט רעגן.

פון דער אנדערער זייט איז נאסקייט פונקט אזא סימבאל פון לעבן ווי די זון. גשמי ברכה — ווי שטארק דערפרייט אונדז א רעגן נאך א טריקעניש. דער ווינט וואס הייבט אן בלאזן פאר א רעגן איז ווי א בשורה טובה אינעם שטעטל, די וואלקענס קומען אונז ארייננעמען אין אירע ארעמס. ווי איינגענעם איז דער רעש פון די הימל־געבענטשטע טראפנס, ווי ווארעם און איינגענעם איז דאס רעגן קלאפעריי אויפן פענסטער.

גשם סימבאליזירט לעבן. אויך דא זעט זיך עס אן אויף אונזערע קוזינען, די בעלי חיים און געוויקסן. ווי שיין זענען די אויל מאלערייען פון די זילבערנע טראפנס רעגן. כל מיני דופטיגע ריחות פון בלי און אראמא פארפולט די לופט. דער תנ”ך מאלט אפ ווי שטארק עס איז געווען די פרייד פון אליהו הנביא אז ער האט מיטאמאל דערזען פונדערווייטנס דעם ווייסן פוכיגן וואלקן זיך דערנענטערן צו באוואסערן דאס לאנד, נאך דריי זוניגע יארן.

פון דער אַנדערער זײט דאַרף מען אויך געדענקען ווי שווער עס איז צו לעבן אין א שטענדיג פארוואלקענטן לאנד; וואו אומבא’חן’ט און גרוי איז עס.

הייסט עס, ביידע — די זון און דער רעגן — זענען אײנגענעם ווען ביידע שפילן א גלייכע ראלע. ס׳איז א גוטער ביישפיל, אז אלעס קען זיין גוט מיטן ריכטיגן באלאנס.