Yiddish with an Aleph

װי פּראַװען חסידים די לעצטע טעג סוכּות?

How Do Hasidim Celebrate the Last Days of Sukkos?

פֿון זלמן חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

װי גײט דאָס יידישע ווערטל: „גיי לערן מיט א גוי ברטנורה‟. ברטנורה איז א פירוש אויף משניות פון רבי עובדיה פון איטאליע (פונעם פראווינץ בערטינאָראָ) אין יאר 1440–1450, וואס יעדער ייד פלעגט לערנען, אבער פאר א גוי איז עס געווען זייער ווייט צו פארשטיין. א צווייטער ווערטל איז: ווי קומט א „יוון‟ אין די סוכה? א גוי וועט נישט פארשטיין װי א ייד פארברענגט געשמאק אכט טאג אין זיין סוכה׳לע.

דאס קען געזאגט ווערן ווען א נישט־באקאנטער באטראכט א חסיד אין די טעג פון הושענא רבה - שמחת תורה. ער איז אנגעווארמט, ארומגענומען מיט א פלאם פייער, אזש עס גייט ארויס פון אים א פארע…. אבער אנדערע װעלן נישט פארשטיין פארוואס.

לאמיר עס אביסל צעלייגן אויף קליין געלט…

הושענא רבה פארנאכט איילט זיך דער טאטע מיט זיינע קינדער אין שיל, מען קויפט די הושענות־בינטליך פאר יעדן פון דער משפחה, קליין און גרויס, יעדעס בינטל א צען דאלער. נאך מעריב לייענט מען אין א ספר תורה גאנץ סדר דברים ביז „וזאת הברכה‟. מען גייט אהיים מאכן די סעודה, און דערנאָך צוריק אין שיל אויסזאגן גאנץ תהלים. עס איז שוין לאנג נאך חצות לילה, ווען מען לייגט זיך שלאפן.

צופרי גײט מען אין שיל צו די תפלות, מען שרייט „הושע נא‟, מען בעט בײ גאט ער זאל שיקן רעגן און גוטע השפעות אויף א גאנץ יאר. אויב דאווענט מען ביי א רבין, קענען די תפילות דויערן ביז 1-2 נאכמיטאג. ווען מען קומט אהיים עסט מען די סעודה, וואס די אשת חיל האט שוין געגרייט, מען גיט א „קינדל‟ – א ספעציעלן טארט געמאכט מיט ניס און האניק, ווייל מען עסט נישט קיין ניס פון ראש השנה ביז הושענא רבה. דערנאָך כאפט מען אפשר א דרימל, מען מוז זיך שוין גרייטן צו שמיני עצרת.

נאכן ליכט־צינדן גייט דער טאטע צוריק אין שיל אריין, די קינדער אויסגעפוצט און באצירט ביי זיין זייט. אלע האבן ספר ־תורה׳ליך און שיינע פענדלעך. נאך מעריב הייבט זיך אן די שמחה פון טאנצען די זיבן הקפות. ביי גרויסע רביס טאנצט מען פיר - פינף שעה אין א ריי, א סך מאל ציט זיך עס אריין ביז 1 ביינאכט. אז מען קומט אהיים עסט מען די סעודת יום טוב. מען איז אויסגעשוויצט, טרינקט מען דאן א סך קאלטע געטראנקען. ווי זאגט מען דאן: גיט סאדע צום טיש, עס זאל שניידן אין מויל פון קעלט.

קוים איז מען איינגעשלאפען דארף מען לויפן אין בית המדרש צופרי, מען בענטשט גשם, מען בעט גאט זאל שיקן רעגן פאר די תבואה און פרוכט. נאך דער סעודה, קוים מען כאפט א דרימל, שטייט מען אויף און מע געזעגענט זיך מיט דער סוכה מיט שיינע לידער. לויפט מען שוין ווייטער אין שול אריין צו שמחת תורה ביינאכט, די הקפות איז א סך לענגער, פרייליכער און לעבעדיגער ווי די ערשטע נאכט.

ביי די הקפות קומען די פרויען אויך אין ווייבער שול, מיידעלעך אויך, אפילו די גאנץ קליינע, שטיפן זיך צו זען ווי זייערע טאטעס־זיידעס, טאנצען מיט דער תורה. די יידן זענען פארשוויצט, פארסאפעט, פארמאטערט, עס גיסט זיך שווייס ווי א ברונעם וואסער. אויב ווערט מען נתרגש, מע פֿילט זיך גערירט, גיסן זיך הייסע טרערן, ווי שטארק פרייט זיך א ייד די נאכט! ער זעט גארנישט, נאר דעם פארמעט פֿון די ספר־תורה’ס און הייליגע אותיות – נאך אלץ די זעלבע תורה פיר טויזנט יאר אין גלות, נאך דעם וואס די גרעסטע „מבינים‟ און „חכמים‟ האבן פארויסגעזאגט: יידישקייט וועט אינטערגיין, אויפגעטוישט ווערן, איז זייער נבואה נישט געלונגען! מיר האלטן נאך אלץ אן די זעלבע תורה פון אמאל, יעדעס מצוה, יעדער אות איז גאנץ, נישט אפגעקראצט אפילו א האר.

ביי די הקפות וועלן זיידעס – וואס האבן מיטגעלעבט די נאצי לאגערן און געמיינט אז עס איז שוין עק וועלט…. און אויך די גבאים פון די בתי מדרשים – פארטיילן פאר די קינדער זיסע נאשערייען. מען וועט מאכן א ראד האלטנדיק די הענטעלעך פון די קינדערלעך און זינגען: עס איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה מער ווי דאָס גאַנצע גאלד און זילבער! [טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף, תהלים קיט].

אין א סך בתי מדרשים, ספעציעל ביי די יעקישע קהילות, וועט מען שמחת תורה מאכן אן אויסנאם, פרויען מעגן אריינקומען אין די שילן, שטיין ביי די זייט און זיך מיטפרייען. אבער רוב חסידים זענען מקפיד אז די מחיצה זאל זיין הונדערט פראצענט פארמאכט.

דער שפיץ פון דער שמחה איז אבער שמחת תורה צופרי. דאן איז די העכסטע צייט פון יאר. מען טאנצט מיט די טליתים איבער די אויגן, אן אויפהער. מען זינגט שעה׳ן לאַנג מיט לעבעדיגע פרייליכע לידער לכבוד דער תורה, רוב מענער זענען ממש פארשיכורט פון שמחה.

ביי חסידים, ספעציעל אין חב״ד, וועט מען טאקע דאן זיך צולאזן, טרינקן וויסקי, וואדקע, ביז מען ווערט עכט בגילופין׳דיג…. אנדערע וועלן נישט לאזן טרינקען ביי די הקפות. חסידים פלעגן זאגן: מען דארף ווערן שיכור פון די הקפות, נישט פון בראנפן. נו, וועט מען טרינקן ערשט ווען מען קומט אהיים, ביי דער נאכמיטאג סעודה.

נאכן טאנצן איז יעדער עולה אויף דער תורה. קינד און קייט באקומט אן עליה. דער װאָס באַקומט אן עליה ביים פארטיגן די תורה רופט מען דעם חתן תורה, און דער עולה װאָס הייבט אן די תורה ווערט גערופען חתן בראשית. ביידע יידן סערווירן דערנאך פאר די מתפללים א קידוש מיט קוכן, הערינג, מזונות, וויין און משקה.

ביי דער יום טוב סעודה איז דער מנהג צו עסן „די גוטע קרויט‟ אדער ווי מען רופט עס – האלעבצעס. איי איז דאס געשמאק!

די פרויען װאָס גרײטן צו די אלע סעודות הײבן דאָס אפט אָן נאָך זומערצײט. די האָלעבצעס גרײט מען צו אין די נײן טעג פאר תשעה־באב. פאר װאס? מען עסט דאן נישט קיין פלײש; װאשן װעש טאר מען נישט, רוימען אין שטוב אויך נישט, האָט מען צײט צו גרייטן אויף יום־טוב און דאן שטעלט מען אלץ אין פריזער. קומט דער יום־טוב, דאַרף מען עס בלויז אנווארעמען און גרייטן צום טיש.

די דריי טעג הושענא רבה - שמיני עצרת - שמחת תורה ברענגט דער משפחה רוחניות׳דיגע שפייז פאר די נשמה, אויף א גאנץ יאר.