Yiddish with an Aleph

ווען דאס געזעלשאפטליכע געריכט פסל׳ט דעם יוסטיץ-סיסטעם

When Society Rejects Its Own Justice System

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share
Getty Images

ס׳איז מיר אויסגעקומען טיילצונעמען ביי א קאנפערענץ איבער א געוויסער געשעפטליכער אנגעלעגנהייט. ביי איין איבעררייס האב איך זיך געטראפן מיט א גרופע פון צופעליגע טיילנעמערס, און ס׳האט זיך אנטוויקלט א שמועס איבער דער אנטלויף-אקציע פון די צוויי באשולדיגטע מערדערס אין דער שטרענג-באוואכטער תפיסה פון אפסטעיט ניו יארק. יעדער פון די אנוועזנדע האט געהאט אן אנדערע מיינונג איבער די אנטלאפענע. רוב איז ממש געווען צופרידן און האט אויסגעדריקט הנאה אז ס׳איז זיי געלונגען. אבער אפילו די וואס האבן נישט מסכים געווען און האבן אויסגעדריקט האפענונג אז די צוויי וועלן געכאפט ווערן, האבן אזוי געהאלטן בלויז צוליב דעם, וואס די צוויי זענען געפונען געווארן שולדיג אין מארד און זענען דערפאר מסוכן פאר דער עפנטליכקייט.

אלע האבן אבער מסכים געווען אז ס׳איז געווען א „גוט שטיקל” און יעדער האט אויף א געוויסער מדרגה געקוואלן פונעם פאקט, וואס דער יוסטיץ-סיסטעם האט געכאפט א פראסק. ס׳איז זייער קלאר געווען, אז אויב וואלטן די צוויי געווען אין תפיסה צוליב אן עוולה אנדערש ווי מארד, וואלט יעדער ביים שמועס זיי געוואונטשן הצלחה און געהאפט אז זיי וועלן נישט געכאפט ווערן.

איך האב נישט געהעריג פארשטאנען די שמחה. גוט, איך פארשטיי דעם געשמאק אין א גוט שטיקל, בפרט ווען דער קעגן וועמען ס׳איז אנגעווענדט איז א גרויסער, מעכטיגער ריז ווי ס׳איז דער יוסטיץ-סיסטעם. אבער פארט, עמיצער וואס געפינט זיך אין טורמע ווייל ער איז דורך א געריכט געפונען געווארן שולדיג אין א פארברעכן פאר וועלכן דער יוסטיץ-סיסטעם פאדערט תפיסה, באלאנגט דאך דארט. פארוואס זאל אן אנשטענדיגער בירגער שעפן נחת פון דעם וואס דער באשולדיגטער האט זיך ארויסגעדרייט פון יושר און צדק?

ווען כ׳האב זיך אומגעקערט אהיים שפעטער יענעם טאג, האב איך זיך אוועקגעזעצט ביים קאמפיוטער און אנגעהויבן זיך ארומקוקן אויפ׳ן אינטערנעט צו זען וואס דער ברייטער ציבור אמעריקאנער בירגער האט צו זאגן איבער דעם ענין. האט זיך ארויסגעשטעלט אז די טיילנעמערס אין יענעם שמועס זענען גארנישט אזוי יוצא-דופנ׳דיג. דער סענטימענט וואס כ׳האב דארט געהערט איז אפנים גאנגבאר ביז גאר צווישן דער עפנטליכקייט, און נישט נאר לגבי די צוויי אנטלאפענע נאר איבער דעם יוסטיץ-סיסטעם בכלל. אויפ׳ן סמך פון די גוגל-רעזולטאטן וואס מיין זוך האט געגעבן, איז משמע אז א גרויסער רוב אמעריקאנער בירגער קוקט קרום אויף דער משפט-סטרוקטור און א שיינער פראצענט האט גאר ווייניג צוטרוי צום יוסטיץ-סיסטעם בכלל.

קיין סך איבעריגע צייט צו לייענען אלעס וואס האט אויסגעזען לייענסווערד האב איך נישט געהאט, און כ׳האב זיך באגענוגנט מיט מישן און נאשן. אזויפיל האב איך יא ארויסגענומען, אז א סך זענען איבערצייגט אז דער יוסטיץ-סיסטעם שטייט א היפשער מרחק אוועק פון יוסטיץ און יושר, און די אורטיילן וואס דאס געריכט טיילט מיט א ברייטער הענט איז נישט זעלטן ממש אין דער וועלט אריין. מענטשן באקלאגן זיך אז א משפט אין אמעריקאנער געריכט איז אפטמאל ממש אויף דער גרעניץ פון אבסורד, און אנגעקלאגטע ווערן געפינען שולדיג און דערנאך פאראורטיילט אויף א פארנעם און אין ציפערן וואס איז נאענטער צו דריטע-וועלט לענדער ווי די אנגענומענע סטאנדארטן פון דער מערב-וועלט.

איך ווייס נישט וואס דער אמת איז, און איך בין גרייט צו גיין מיט דער השערה אז די ברייט-אנגענומענע מיינונג שטיצט זיך אויף איבערגעטריבענע סטאטיסטיקס און ווערט געטריבן פון אביסל פאראנאיע. אבער צווישן אונז גערעדט איז נישט קיין נפקא מינה צי דער ציבור איז גערעכט, צי נישט. ווען א באדייטנדער פראצענט בירגער פון א לאנד געטרויט נישט דעם געריכט, איז עס אן אנדייטונג אויף א טיפער געזעלשאפטליכער אומארדענונג. ס׳איז שוין יעצט נישט וויכטיג צי די אנגענומענע מיינונג דערציילט דעם אמת; וויכטיג איז אז גענוג אנגעשטענדיגע, געווענליכע מענטשן האלטן אזוי.

אין א פרייער, אפענער געזעלשאפט איז צוטרוי א וויכטיגער יסוד, און ווען עס שטעלט זיך אוועק א וואנט פון חשד צווישן דער עפנטליכקייט און דער פירערשאפט, ווערט א ריס אין דער סטרוקטור און איז געווענליך א סימפטאם פון א טיפערן, פונדאמענטאלן פראבלעם וואס פלאגט די געזעלשאפט. דאס אליין, אפגעזען פונעם מציאות, דערציילט א סך וועגן דעם שטאפל פון שטאנדהאפטיגקייט אויף וועלכער די אמעריקאנער סיסטעם שטייט. ס׳איז קלאר: עפעס טויג נישט דא.