Yiddish with an Aleph

קאווע שטיבל זוכט א וועג ארויס פון נעגאטיוויטעט

Kave Shtiebel Seeks a Path Out of Negativity

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

ס׳איז זייער גרינג צו זאגן וואס ס׳איז נישט גוט אויף דער וועלט, אבער ס׳איז נישט גרינג צו זאגן וויאזוי ס׳דארף יא זיין. מיט א וואך צוריק האט עמיצער אנגעהויבן א פראיעקט אויף “קאווע-שטיבל”, געצילט צו טרעפן עצות פאר דעם חרדישן איד וואס וויל זיך עפענען צו דער גרויסער אידישער וועלט, אז ער זאל דאס קענען אויספירן למעשה. דער מאטא פונעם פראיעקט איז, אז אנשטאט צו בלייבן באגראבן אינעם כריין פון די פראבלעמען, אנשטאט זיך צו באקלאגן און האבן טענות, זאל מען זען אויפצוקומען מיט זאכליכע פאזיטיווע געדאנקען אויף למעשה. דער ציל איז, ווי איך פארשטיי, נישט אויף צו אוועקקריכן פון אידישקייט, נאר וויאזוי זיך צו באקענען מיט א בעסערער און ברייטערער אידישקייט.

דער מיטגלידער פון קאווע-שטיבל וואס האט אנגעהויבן דעם פראיעקט האט ארויסגעלייגט א רשימה מיט אידישע וועבזייטלעך, ביכער און פילמען, מיט וועלכע ס’איז כדאי זיך צו באקענען. כאטש ער האט דערמאנט דעם “אידיש מיט אן אלף” אין זיין רשימה, האט ער אבער צוגעשריבן אז “ס’איז א שאד וואס דאס געפינט זיך אינעם בית הקברות פונעם פארווערטס”. ס׳איז נישט דאס ערשטע מאל וואס איך באגעגן אזעלכע אפשאצונגען וועגן דעם “פארווערטס” צווישן היימישע אידן, אבער וויבאלד מ׳רעדט דאך וועגן טון עפעס “למעשה” האב איך געוואלט מסביר זיין פארוואס דאס איז א קריטישער טעות.

איך וועל אנהייבן מיט מיין פערזענליכער געשיכטע: מיין באקאנטשאפט מיט דער אידישער וועלט, אויסער די גרעניצן פון בית מדרש, האט זיך אנגעהויבן דורך ביכער אויף העברעאיש בעת איך האב געלערנט אין ארץ ישראל אין ישיבה. איין מאל האב איך דערציילט פאר מיין טאטן דורכ׳ן טעלעפאן פארשידענע געדאנקען וועגן דער אידישער היסטאריע, און מיין טאטע האט מיך געפרעגט “וואו האסטו דאס געליינט?” איך האב אים איבערגעזאגט דעם נאמען פונעם בוך “תולדות עם ישראל”, און מיין טאטנ׳ס רעאקציע איז געווען, אז ס’געפעלט אים נישט דאס בוך און איך זאל עס מער נישט ליינען.

למעשה האב איך נישט געקענט זיך איינהאלטן, און נישט בלויז וואס איך האב געליינט ווייטער דאס ביכל, נאר איך האב געליינט נאך פיל אנדערע ביכער (בעיקר די “אנציקלופדיה העברית” וועלכן איך האב ערגעץ אפגעפונען). איך קען נישט פארגעסן איין נאכט, ווען ס׳איז מיר אויסגעקומען צו שלאפן אליין אין צימער, און כ׳האב געליינט א לענגערע צייט בלעטער פון אידישער היסטאריע, ביז איך בין געווארן איבערגעפילט מיט התרגשות אויף דעם וואס איך בין א איד. היות אז ס׳איז געווען זומער צייט, נישט ווייט פון תשעה-באב, האב איך ספאנטאניש געכאפט א חומש׳ל וואו ס׳איז אריינגעדרוקט די “מגילת איכה” און כ’האב אנגעהויבן אפזאגן די ווערטער פון דער טרויעריגער אלטער מגילה פון אנהויב ביזן סוף.

מיין פארשטאנד פון אידישקייט איז אריבער פארשידענע צייטן, בעסערע און שווערערע, אבער די ליבשאפט צו אידן איז ביי מיר געווארן אלץ שטארקער. איך האב אויך דעמאלט אלס בחור פארכאפט צו לייגן א האנט אויף א ביכל פון “שלום עליכם” וואס איז געווען געדרוקט אין סאוויעטן-פארבאנד און ס׳איז געווען געשריבן מיט דעם יעווסעקציע-אויסלייג (שאלעמ אלייכעמ), וואס כ׳האב מיך געמוטשעט אפצוליינען. כ’האב געפילט אין די ווערטער דעם טעם פון אידישן הומאר, און די סצענעס פון “שימען עליע שעמא קויליינו” (שמעון אליה שמע קולינו), האבן מיר געגעבן די ווארעמקייט פון דער אלטער היים. מיט איין ווארט, כ׳האב אנטדעקט א וועלט וואס מ’האט מיר וועגן איר נישט דערציילט אין חדר, אבער כ׳האב געפילט אז ס’איז באמת מיין אייגענע וועלט.

איך קען וועגן יענע צייטן נאך דערציילן א סך, אבער דער עיקר איז וואס כ’האב אמאל נאך דער חתונה דערזען דעם “פארווערטס” ביי א צייטונג-קיאסק נישט ווייט פון מיין היים אין ברוקלין. איך בין געווען זייער איבערראשט צו זען אז די וועלט פון יידישיסטן, וועגן וועלכער איך האב נאר געליינט אין ביכער, לעבט נאך פאקטיש (אין אנהויב האב איך עס פארבונדן מיט די אלטע יעווסעקציעס, נאר מיט דער צייט האב איך דערזען ווי אנדערש די צוויי זענען). כ׳האב ארומגעקוקט צי קיינער זעט נישט און כ’האב גיך באצאלט פאר דער צייטונג.

במשך דער ערשטער תקופה האב איך עס נאר געקויפט יעדע צווייטע וואך, ווען ס’איז געלאפן דער קאלום פון לייזער בורקא איבער נחום סטוטשקאוו, ווייל דאס געווען די איינציגע זאך וואס כ’האב פארשטאנען און ליב געהאט, אבער מיט דער צייט האב איך אנגעהויבן אנטוויקלען אן אינטערעס אין אלע ארטיקלען. דער “פארווערטס” איז געווען דער שליח פון הימל מיר צו ווייזן אז דאס באליבטע אידישע פאלק, וועלכן איך האב נאר געפונען אין די קאפיטלעך פונעם “אֵיכָה” און אין די געשיכטעלעך פון “שלום עליכם” (כאטש טאקע אויף גאנץ אנדערע אופנים) לעבט נאך אויף די ארבע כנפות הארץ. רוב פון די אידן איבער דער וועלט קענען טאקע נישט קיין אידיש, אבער דער “פארווערטס” איז געווען מיין פענסטערל צו זיי, וויבאלד ס’איז דאך געשריבן אויף מאמע-לשון.

די חרדישע וועלט איז היינט צוטאגס שטארק איזאלירט פון דער אלגעמיינער אידישער ספערע (זייער אנדערש פון דעם וואס ס’איז געווען ביז צום קריג), און דערפאר וואלט איך טאקע נישט אריינגעשטעלט קיין “פארווערטס” אין דער האנט פון עמיצן וואס וויל בלייבן אפגעזונדערט, אבער אויב רעדט מען וועגן העלפן אויף “למעשה” די וואס ווילן זיך דוקא יא עפענען אויף א געזונטן אידישליכן אופן, אן דעם וואס מ׳זאל בלייבן שטעקן אין נוצלאזער קריטיק, וואלט דער “פארווערטס” געדארפט פיגורירן הויך אויף דער רשימה. ס’איז נישט בלויז א פארום פאר יידישיזם, נאר ס’איז פשוט א צייטונג אויף אידיש (יידיש) וואס אינטערעסירט זיך אין כלל-ישראל, אויף יעדן פלאץ און אין יעדן פארמאט.

ס׳איז אמת אז היימישע אידן האבן נישט ליב דעם ייוו״א אויסלייג, און אויך נישט דעם אויסקלייב פון ווערטער וואס דער “פארווערטס” ניצט, אבער ס׳איז א שאד אז מ׳זאל וועגן דעם אנווערן דעם אינהאלט (דער אמת איז אז ס’וואלט גוט געווען אז מ׳זאל זיך צולערנען דעם ווערטער-אוצר, אבער דאס געהערט שוין צו א באזונדערן שמועס). נאך אלעמען זענען א סך חסידישע יונגעלייט נישט באקאנט מיט דער ענגלישער שפראך בכלל, און פאר אזעלכע קען דער “פארווערטס” זיין גאר אידעאל, אויף צו קענען ליינען וועגן דער ברייטער אידישער וועלט. די סיבה פארוואס איך אליין שרייב “אינעם בית הקברות פונעם פארווערטס” איז וויבאלד ס׳איז אין מיינע אויגן, נישט קיין בית הקברות, נאר א מקור פון ענערגיע.

וויאזוי ס׳זאל נישט זיין, וויל איך באגריסן דעם איניציאטיוו פון קאווע-שטיבל. ס’איז דא גענוג און נאך נעגאטיוויטעט אויפ’ן אינטערנעט (קאווע-שטיבל אליין האט נישט קיין גוטע רעפוטאציע אין דעם הינזיכט) און איך האף אז דער פאזיטיווער פראיעקט זאל זיך טאקע איינגעבן צו ברענגען פירות אויף למעשה, וחפץ ה’ בידם יצליח.