Yiddish with an Aleph

„זורח‟ – ווען וואָלקנס פֿאַרשטעלן נישט די זון

Zorekh - When Clouds Block the Sun

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share
גאָלדע מאיר און דוד בן־גוריון

אין די לעצטע טעג האט זיך אין דער ישראל-צייטונג „מקור ראשון‟ אפגעדרוקט אן ארטיקל //www.nrg.co.il/online/11/ART2/692/288.html וועגן א גרופע חסידים, וואס שטרעבן און פלאנירן אקטיוו ארויפצוגיין זיך באזעצן אין ארץ ישראל. דער מחבר פונעם ארטיקל האט אינטערוויואירט עטליכע מיטגלידער פון דער דאזיגער גרופע – „זורח, חסידים למען ישוב ארץ ישראל‟ – און פון די שמועסן צוזאמגעשטעלט אן אלגעמיין בילד איבער די אספיראציעס פון די גרופע-מיטגלידער.

צומארגנס נאך דעם וואס דער ארטיקל איז דערשינען, האט „זורח‟ אויף איר בלאג פארעפנטליכט א קלארשטעלונג, אז די „מיינונגען אין יענעם ארטיקל שפיגלען נישט אפ די מיינונגען פון אונזער ארגאניזאציע,‟ וועמענס „ציל איז אויסשליסליך צו שטארקן די מצוה פון יישוב הארץ צווישן חסידים פון סיי וועלכער קהילה אדער השקפה.‟

איך וואלט דאס זעלבע געזאגט כלפי דער ארגאניזאציע, אפילו זי זאל נישט ארויסקומען מיט דער קלארשטעלונג. די גאנצע קעגנערשאפט צו ארץ ישראל און דאס ארויפגיין אהין וואוינען איז דאך באמת אן אפצווייג פון דעם קנאות בכלל, וואס דער סאטמארער רבי זצ”ל האט אוועקגעשטעלט קעגן דער היינטצייטיגער מדינת ישראל – קעגן דער ציוניסטישער באוועגונג, וואס האט אין דער ערשטער תקופה נאך דער לעצטער וועלט-מלחמה כמעט ווי איינגענומען די פרום-אידישע וועלט.

יענע ציוניסטן, די וואס זענען געשטאנען ביים שפיץ פון דער באוועגונג, זענען געווען לינק און בפירוש אנטי דת. זיך אנשליסן אינעם ציוניזם און ארויפגיין וואוינען קיין ישראל האט זייער אפט געמיינט אפווארפן תורה און אידישקייט. דערפאר האט זיך אויסגעפעלט א קעגנערשאפט, וואס זאל מיט איר פארנעם און ברען דינען ווי א באלאנץ צו דער נאטירליכער ליבשאפט און בענקעניש וואס אידן האבן געפילט צו ציון. אידן האבן תמיד געבענקט און געוואלט זיך אומקערן צום הייליג לאנד. אבער נאך די שוידערליכע חורבנות וואס האט אונזער פאלק באטראפן אינעם האלאקאוסט איז די רייץ פאר אן ענדגילטיגער מקום מנוחה געווען פילפאכיג שטארקער – גענוג צו פארבלענדן די אויגן פון פרומע אידן נישט צו זען די גרונטליכע פראבלעמען וואס זענען דעמאלט מיטגעקומען מיט ארץ ישראל. ס’האט דעמאלט אויסגעפעלט אזא שארפע, אויסגעשפראכענע קעגנערשאפט צו דער גאנצער באוועגונג, זיכער צו מאכן אז אידן זאלן אין יענע שווערע צייטן בלייבן אידן.

יארן זענען דורכגעלאפן, תקופות האבן זיך דורכגעגליטשט, און צייטן האבן זיך געביטן. פון יענעם לינק-סאציאליסטישן ציונות איז כמעט נישט געבליבן קיין סך מער ווי דענקמאלן, ווי אויך א הייפל לינקע פארקערטע קעפ, וואס דראפן זיך אויף די גראדע ווענט צו געפינען אן אידענטיטעט וואס זאל באשטיין פון עפעס מער ווי אנטי און קעגן. ארץ ישראל, ישוב ארץ ישראל, ליבשאפט און טרייהייט צום לאנד קומען היינט בדרך כלל ווי טייל פון א גרעסער פעקל, וואס באשטייט כאטש פון דרך ארץ כלפי דת און דעם תנ״ך.

ארויפגיין קיין ארץ ישראל וועט אינעם געווענליכן פאל פירן צו א פארשטארקטער אידישער אידענטיטעט און דוקא נאענטער ברענגען צו אידישקייט. אונזערע ווארצלען געפינען זיך אין די זאמדן פון מדבר יהודה און די בערג פון ירושלים. די שרשים זענען גענוג טיף, שטארק און פארצווייגט צו קענען כאטש צייטווייליג דערנערן א גלות-אידישקייט, כאטש זי איז פארפלאנצט ערגעץ ווייט אוועק און אירע זוימען זענען פארלייגט נישט טיפער ווי דעם אויבערשטן שיכט פון דער ערד. אבער דער מקור איז פארט דארט, אין אונזער אלט-נייער היים, נאך וועלכער מיר בענקען שוין אזוי לאנג און פון וועלכער מיר האבן זיך קיינמאל נישט אפגעזאגט. (די לעצטע אידן זיך אפצוזאגן פונעם לאנד זענען געווען די רעפארמירטע „דייטשן פון מאוזעס גלויבן,‟ וועמענס פאטריאטיזם די שכנים „דייטשן פון יעזוס גלויבן‟ האבן פארברענט אין די אויוונס פון אוישוויץ.)

דאס קנאות איז אין די סאטמארער קרייזן געבליבן ווי א המשך פון דער קהילה-אידענטיטעט. נישט מער. ס׳איז נישט געבליבן אויף וואס און וועמען זי אנצואווענדן, און דאס ציונות קעגן וועלכן דאס קנאות ווערט געשטעלט איז אן אבסטראקטער באגריף, וואס געפינט זיך באגראבן עטליכע קאפיטלען טיף אין די היסטאריע-ביכער.

וואס יא, דאס קנאות האט באוויזן אפצוהאקן דאס געפיל וואס א איד פילט נאטירליך צו ארץ ישראל. דאס איז געבליבן. ארץ ישראל איז אבער טיפער פארבאקן אינעם אידישן הארץ ווי דעם אפשטויס-כוח וואס דאס קנאות קען אין בעסטן פאל אויפטרייבן, און דערפאר קומט עס טאקע אין די לעצטערע יארן צוריק ארויף.

„זורח‟ איז נישט קיין ציוניסטישע גרופע אדער נאציאנאליסטישע באוועגונג. זי איז די רעזולטאט פון כאפן איין שנעלן בליק אינעם הארץ, און געפינען דארט דאס פייער פון בענקשאפט נאך ציון און ירושלים. א שנעלער חשבון פירט צו דער מסקנא, אז איידער א סכנה איז ארץ ישראל א לעבעדיגע, קלארע אויסשפיל פון די נבואות אינעם תנ״ך. מיר האבן דאס פאריגע וואך געלייענט אין דער הפטורה דעם געטליכן צוזאג אינעם מויל פונעם נביא עמוס „ושבתי, את-שבות עמי ישראל, ובנו ערים נשמות וישבו, ונטעו כרמים ושתו את-יינם, ועשו גנות, ואכלו את-פריהם.‟ אידן וועלן זיך אומקערן קיין ארץ ישראל, אויפבויען פארוויסטע שטעט, פארפלאנצן וויינגערטנער און טרינקען פונעם וויין; מאכן גערטנער און עסן דעם פרוכט.

דער פסוק נויטיגט זיך נישט אין קיין פירוש רש״י. ס׳איז ווי דער נביא וואלט געשטאנען אין די בערג פון יהודה און אויסגעזינגען די ווערטער בניחותא, מיט א טאן פון עמיצן וואס דערציילט וואס זיינע אויגן זעען צו די הינטער אים, וועמענס זע-קראפט איז נאך אביסל פארשטעלט מיט די טרערן פון אזויפיל וויינען.

איך דארף נישט קענען „זורח‟ פון דער נאענט צו פארשטיין, אז מען רעדט דא פון דורכשניטליכע, גוטע אידן, וואס האבן זיך נישט מער ווי גענומען די מי אונטערצוהייבן דעם קאפ און זען ווי די וואלקנס האלטן זיך אינמיטן צעלויפן. ווען די כמארעס צעבלאזן זיך, באווייזט זיך אויטאמאטיש א שיינענדע, ליכטיגע, גאלדענע זון.