Yiddish with an Aleph

קען מען אפטיילן צווישן אנטי-ציוניזם און אנטי-ארץ-ישראליזם?

Can Anti-Zionism Be Separated From Anti-Israelism?

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

די רבנים וואס האבן זיך קעגנשטעלט צום ציוניזם אין די בראשית יארן פון דער אידעאלאגיע האבן געהאט פארשידענע סיבות. ס׳איז למשל וויכטיג אנצודייטן אז די סיבה וואס מ׳גיט אן אין סאטמאר, אז אויפבויען ארץ-ישראל מוז געשען דורך משיח, איז געווען נאר די מיינונג פון ווייניג רבנים. דער גרעסטער טייל האט פשוט מורא געהאט פון דעם וואס סעקולערע אידן וועלן ווערן מנהיגים איבערן כלל ישראל. דער היינטיגער מציאות פון א טיף טראדיציאנעלן ארץ-ישראל איז שווער געווען פאראויס צו זען. לאמיר נישט פארגעסן אז אפילו סאטמארער רב אליין האט קיינמאל נישט זוכה געווען צו דערלעבן די תקופה פונעם נאציאנאל-רעליגיעזן לאגער, וואס צייגט אויף א נייער ריכטונג אין היסטאריע.

דאך סיי וואס די סיבות זאלן נישט זיין צו דער דעמאלטדיגער קעגנערשאפט איז אמאל קלאר אז דאס לאנד גופא האבן זיי ליב געהאט. מ׳קען דערקענען אין די שריפטן פון די רבנים אין יענער צייט אז די וואס זענען געווען קעגן דעם ציוניזם האבן זיך געבראכן קאפ וויאזוי נישט צו זינדיגן קעגן ארץ-ישראל (גארנישט קיין גרינגע אויפגאבע). דער פארפאסער פונעם קונטרס „יישוב ארץ ישראל‟, הרב יוסף שלעזינגער, וואס איז ארויס מיט א ספר אוועקצומאכן די ציוניסטישע לאזונגען, שרייבט אין זיין אריינפיר צום ספר: „איך בעט מיינע ברידער אז מ׳זאל מיך נישט אומזיסט באשולדיגן אלס א פאררעטער פאר׳ן הייליגן לאנד, אדער אז איך וויל חלילה אפהאלטן אנדערע פון פארן קיין ארץ-ישראל אדער צו דער הייליגער שטאט ירושלים… חלילה צו רעדן אזוי, ווייל דאס איז דאך א קלארער ענין פון אלע ספרים… נאר מיין מיינונג איז געשטעלט דוקא קעגן דער ציוניסטישער גרופע…‟

במשך די לעצטע צוויי טויזנט יאר האבן אידן געפילט אן אומבאשרייבליכע צוגעבינדנקייט צו ארץ-ישראל, וואס האט טאקע געשטאמט פון א רעליגיעזן פייער, אבער האט אומדירעקט געשטארקט דעם נאציאנאלן וועזן פונעם אידישן פאלק. דער איד האט געוואוסט אז ער איז פאליטיש נישט שטארק אין גלות, אבער ער האט געהאפט און געבענקט אויפ׳ן טאג ווען זיין פאליטישע שטארקייט וועט צוריקקומען (דאס איז אגב א פרט וואס דער היינטיגער אנטי-ציוניזם צווישן חרדים פארלייקנט, מיטן זאגן אז אידישקייט איז נאר א רעליגיע און האט קיינמאל נישט געצילט צו פאליטישע זעלבסטשטענדיגקייט. דאס איז א קלארער סילוף וואס איגנארירט די טויזנט יאר פון דער תקופת התנ״ך און די נאכפאלגנדע תקופת החשמונאים. פאקטיש האלט דער רמב״ם אז דער הויפט ציל פון דער תורה איז אוועקצושטעלן א געזונטע פאליטישע לעבן פאר׳ן כלל ישראל).

דאס הייליגע לאנד איז נישט בלויז געווען אן אבסטראקטער באגריף פונעם חומש, נאר א פאקטישער געאגראפישער ווינקל וואס האט זיך גערופן פאלעסטינע. רבי יהודה הלוי האט זיינע געפילן אויסגעגאסן צו יענעם וויסטן לאנד וואס האט אמאל געשפרודלט מיט אידישן לעבן, זיינע פאעזיעס האט ער געווידמעט נישט בלויז צו דער הייליגקייט פונעם לאנד נאר אויך צו דער „טוי פון חרמון‟ און די „בערג פון ציון‟. ווען א איד איז געפארן אויף ארץ-ישראל האט מען אנגעשפיצט די אויערן צו הערן פון אים די גענויע איבערלעבענישן, ווי איינער וואס וואלט צוריקגעגאנגען צו די צייטן פון דוד המלך. כאטש ווי שטארק דער באגריף פון ארץ-ישראל איז געווען פארמישט מיט רוחניות, האט מען אבער למעשה פארשטאנען אז די רייד גייט וועגן א פאקטישן פיזישן שטיקל ערד.

דער אויפקום פונעם ציוניזם האט אריינגעשטעלט דעם אנטי-ציוניסטישן לאגער אין א פראבלעם. די גרעסטע סימבאלן פונעם אידישן בענקען, די קאנקרעטע ממשות׳דיגע ווינקלעך פון ארץ-ישראל, אירע געביידעס, אירע מענטשן, אירע וועגן און שאסייען, זענען מיטאמאל געווארן טריפה. ווען איך בין געשטאנען פאר׳ן טראפיק-ליכט אין ארץ-ישראל האב איך געפילט ווי דאס הארץ פלאצט מיר פון פרייד וואס איך קען אויסווארטן ביי א אידישן טראפיק-ליכט, אבער דער סאטמארער איד קען דאס נישט טון, ווייל דער טראפיק-ליכט איז געבויט געווארן דורך ציוניסטן. במשך צוויי טויזנט יאר פלעגן אידן זיך אראפווארפן אויף דער ערד ביים אנקומען קיין ארץ-ישראל און אויסקושן די ערד, אבער איך קען אזעלכע וואס לאכן אפ פון אידן וואס טוען אזוי היינט צוטאגס. „וואס קושן זיי די אידיאטן? דעם ציוניסטישן לופט-פעלד?‟

אפילו דער כותל המערבי אליין, וואס איז דער נאנטסטער פלאץ צום מקום המקדש, ברענגט אויף געמישטע געפילן ביים סאטמארער איד. אנשטאט צו באמערקן אז מיר האבן זיך אומגעקערט צו אונזערע היסטארישע פלעצער, אנשטאט צו ווישן די אויגן קעגן דעם אומגלויבליכן, באטראכט ער דאס מיט אפשיי און ווידערגעפיל. אנשטאט צו פאלן כורעים קעגן די גיגאנטישע גרויסע שטיינער, וועלכע ווארפן אן אימה מיט זייער אלטערטימליכקייט, איבערלאזנדיג פאר אונז דעם לעצטן רושם פונעם פראכטפולן בנין פון הורדוס, אנשטאט צו פילן א ווייכקייט כלפי דער הייליגקייט וואס רוט אויף דעם פלאץ, איז ער נאר פארפלאנטערט אין די בלויע און ווייסע פענדעלעך, וועלכע פלאטערן איבער דעם ווינקל וואו גאט און כלל ישראל פאראייניגן זיך.

מיט איין ווארט, אנטי-ציוניזם דארף טעארעטיש נישט זיין קיין סתירה צו אהבת ארץ-ישראל, אבער דער פאקט וואס דער ארץ-ישראל פון אונזער צייט איז אזוי טיף פארוויקלט אינעם ציוניזם פארפלאנטערט די סוגיא, און ס׳איז קלאר אז סאטמאר דערווייטערט זיך צוביסלעך אלס מער פון אט דעם פונדאמענטאלן אידישליכן געפיל. דאס ווארט ארץ-ישראל פארלירט דעם צענטראלן פלאץ וואס ס’האט אמאל געטראגן אינעם קאלעקטיוון אידישן באוואוסטזיין, און דאס לאזט זיך זען מיט אומצאליגע ביישפילן. אין אלגעמיינע אידישע מאגאזינען, אפילו צווישן די סאמע מאדערנע, קען מען ליינען ספיריטועלע איבערלעבונגען וואס מענטשן האבן געפילט אין ארץ-ישראל, אבער אין סאטמאר איז די שטיל-שווייגעניש קעגן ארץ-ישראל צו גרויס.

צום ווייטאג זענען די נאכווייען דערפון פיל טיפער פון וואס מיר קענען זען אינעם אויבערפלאך. די ענדערונג אינעם חינוך, פון אמאל ביז היינט, אנעם קאמפאנענט פון ארץ-ישראל אינדערמיט, איז צו א דראסטישע און קען אויסקלאפן אויף דער גאנצער סאציאלער ארדענונג צווישן דעם חרדישן אידנטום אין אמעריקע. סאטמאר פארמאגט טאקע אפיציעל א גלות-פילאזאפיע, וואס דארף הייסן אז אידן אין אמעריקע זענען אין גלות, אבער אויב נעמט מען אוועק ארץ-ישראל פונעם בילד, וואו איז נאך שייך צו רעדן וועגן גלות?… מ׳קען אפשר אפשאצן אז די קריגערייען וואס האבן לעצטנס אויסגעבראכן צווישן דעם „ווילעדזש אף קרית יואל‟ מיט די ארומיגע נישט-אידישע שכנים, איז א רעזולטאט פון אט דעם אויסבליק אז מיר פארמאגן נישט קיין אנדער לאנד…

נאך א וויכטיגער פרט איז, וואס דער איבעררייס מיט ארץ-ישראל איז דע-פאַקטאָ אן איבעררייס מיטן אידישן פאלק (נאכאמאל, טעארעטיש נישט, א מענטש קען זיין אן אנטי-ציוניסט און נאך בלייבן א ליבהאבער פון אידן, אבער פונקט ווי מיטן פאל פון ארץ-ישראל וואס איז אין סאטמאר געווארן צו שטארק אבסטראקט, דערקענט זיך אן ענליכער צוגאנג אויך ווען ס׳קומט צו פראגעס וואס האבן א שייכות מיט כלל-ישראל). דאס איז אן ענין וואס פאדערט א באזונדערע אפהאנדלונג וואס איך האף אויסצופירן ביי א קומענדיגער געלעגנהייט.