Yiddish with an Aleph

יום־טובים מיט א אידישן טעם

Celebrating the Jewish Way

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

הורא! ס’איז שוין צוגעפאלן די נאכט פון פסח. גיט אהער די וויין און לאזט גיסן אין די גארגלען. אין דעם טאג איז דאס אידישע פאלק געקומען צום ערשטן מאל אין דער געשיכטע צו א נאציאנאלן מציאות. דאס איז אונזער טאג פון אומאפהענגיקייט. נעמט ארויס די פייער-ווערק און לאזן די הימלען רויט ווערן פון דער אידישער שמחה. רייסט אויף איינס נאכ’ן אנדערן אז ס’זאל די וועלט אפדונערן פון דעם אידישן געזאנג, און טאקע פארשטיין וויאזוי איינס פון די עלטסטע פעלקער אויף דער וועלט קען פייערן איר געבורטסטאג.

מיט קלאפ-געצייג ביי יעדן אין דער האנט, מיט צעעפנטע פאטריארכאלישע בערד, מיידלעך מיט לאנגע צעכוואליעטע האר, זאלן זיך פריידיגע פאלקס טענץ פארמירן צווישן די גאסן פון אידישע שטעט, מעג אפילו זיין מיט א מחיצה צווישן מענער און פרויען. זאלן זיך גויים אפשטעלן און אויסשרייען „בראווא‟ צום אידישן פאלק. זאלן די גויים, אלע ווי איינער, זען אז די אידעלעך האבן טאקע געהויבן זיך דעם קאפ אינעם טאג פון פסח, און אריינגעוואקסן אינעם נאמען „פאלק‟.

די פלייטן זאלן בלאזן אויף די גאסן, און צענדליגער טרומפייטערס זאלן די לופט דורכשניידן מיט אידישן מיליטעריזם, גענוי ווי אין פסוק שטייט „ביד רמה‟, און די לידלעך זאלן דערציילן דעם נאראטיוו פון דער אידישער גאולה, און פארדאמען שקלאפעריי מיט פאטאס. די פילע צוקוקער וועלן זיך רייבן די אויגן און פרעגן: „איז דאס דער זשיד פונעם נעכטן? איז דאס דער יעוורעי?‟ און אנשטאט געבן אן ענטפער וועלן די טרומפייטער ווידער אריינרייסן אין דער לופט מיט א אידישן מארש.

גוט, דער איד פראוועט נישט אזוי זיין יום-טוב, ווייניגסטנס נישט דערווייל. דער איד דארף נישט מער ווי די רואיגע משפחה’דיגע אטמאספער, אין וועלכער די קינדערלעך פרעגן שיין „מה נשתנה‟, און דער טאטע זיצט אויפ’ן אויבנאן אינעם ווייסן קיטל און דערציילט די קינדער מדרשים איבער יציאת מצרים. אין אידישן שטוב איז ליכטיג און ווארעם, און די פנימ’לעך פון די ווייבער און קינדער שיינען אין א תמימות וואס איז אייגנארטיג צום אידישן פאלק. צום טייוול מיט די גויים! דער עיקר איז וואס די מלאכים פון הימל קומען זיך צוקוקן ווי אידן זינגען שירות ותשבחות פאר’ן באשעפער, ווי ס’שטייט אין זוהר געשריבן.

וואס ווינטשט זיך דער איד אז ס’קומט פסח? נישט מער ווי א „כשר’ער פסח‟…

***

און אז ס’קומט שפעטער תשעה-באב, ווייסט איר וויאזוי מיר קענען טרויערן? ווייסט איר וויאזוי מיר קענען הימלען פון ערד פונאנדערברענגען? מיר וועלן, נישט מער און נישט ווייניגער, נאר ארויסשפאנען גרופעס-ווייז, מענער, ווייבער און קינדער, אלע מיט קראנצן אין דער האנט, און אויסזינגען א… רעקוויעם! יא, א אידישער רעקוויעם, און טאקע א נאציאנאלער. אינעם אידישן רעקוויעם וועלן מיר אריינוועבן אלעס וואס דער נביא האט אין די ווערטער פון מגילת איכה אינזין געהאט, און מיר וועלן דערצו נאך צולייגן אונזערע שפעטערע ערפארונגען מראשית ימי ה’מיטלאלטער ביז צו דער סאמע לעצטער צרה פון אידן, דער גרויסער משונה’דיגער חורבן אין אייראפע.

זאלן זיי אלע וויסן! זאלן זיי זען ווי גרויס אונזער צער איז, זאלן זיי אריינקוקן צו אונז אין הארץ און זען ווי עס פלאצט פון צער. מיר וועלן זיך נישט שרעקן, אויב ס’פעלט זיך אויס, צו ווארפן אפאר ווערטער אויך כלפי מע… שוין, דאס איז דאך ממש נישט אידישליך, אבער איר ווייסט דאך וואס איך מיין. אין אדם נתפס על צערו. אז ס’רייסט אויף אן אמת קען מען זיך נישט איינהאלטן און מ’פרעגט קשיות. און אז מ’פרעגט קשיות גליטשט זיך אמאל ארויס א ווארט. זאל נישט אויסגערעדט זיין.

מיר וועלן מיט די פיס טופען אויף דער ערד, אזוי לאנג און אזוי לאנג, ביז זי וועט זיך פאר אונז שפאלטן. אט די ערד וואס איז זיך רואיג געשלאפן בשעת אידיש בלוט האט זיך געגאסן אויף די גאסן פון אייראפע, און האט מיט אפעטיט איינגעשלונגען דעם רויטן מאטעריאל פון אידישן קערפער, זאל זי זיך יעצט עפענען פאר’ן אידישן געוויין, אדער זאל זי ווייניגסטנס טרייסלען אויף א שטח פון פיר הונדערט פרסה אויף הונדערט פרסה.

ניין, דער איד פראוועט נישט אזוי זיין טרויער. דער איד רופט נישט אויס זיין טרויער איבער די טורמען פון דער וועלט, נאר ער לויפט זיך גאנץ שטיל אין שול אריין, זעצט זיך אנידער אויף דער ערד צו דער שיין פון א ליכטל, און ער זאגט זיך אפ זיין „איכה‟, גענוי ווי ס’האט אים פארגעשריבן א אידישע האנט פאר צוויי א האלב טויזנט יאר צוריק. א רעקוויעם איז צו דראמאטיש, ס’איז צו פייערדיג און צו… קריסטליך. עס הערט זיך עפעס ווי גלייך ס’וואלט געמאנט אן ענטפער פונעם הימל. ס’לאזט זיך צו שטארק אנזען פון די נאטן אז מ’וויל דעם כביכול נישט מוחל זיין. אמת, די ווערטער פונעם „איכה‟ זענען אויך דראמאטיש, אבער דערפאר פארזיסט מען דאס טאקע מיט אפאר פיוטים פון רבי אלעזר הקליר, און מ’דערמאנט אזויפיל מדרשים וועגן חורבן און די אידישע זינד, ביז מ’דערקענט שוין גארנישט אז מ’האט אמאל אויסגערעדט א שארף ווארט פון א פסוק.

וואס ווינטשט זיך דער איד פאר’ן תשעה-באב? נישט מער ווי „א גרינגען תענית‟…

***

און איר זאגט נאך אז דער איד פארמאגט נישט קיין כח המעצר?… ווי’זשע דען קען ער אין זיך איינגראבן אט די גרויסע שטורמען, צו לאזן זיי קומען צום אויסדרוק נאר אזוי שטיל און געלאסן? וויאזוי באווייזט ער עס? אויף דעם זאגט שלמה המלך: „מי יתנך כאח לי יונק שדי אמי, אמצאך בחוץ אשקך גם לא יבוזו לי‟. דאס טייטשט: „הלואי וואלט איך דיר געקענט א קוש טון אין דער עפנטליכקייט, און קיינער וואלט מיך דערפאר נישט פארשעמט‟. טיף אין הארצן קען מען חלומ’ען וועגן פירן א ראמאנטיק דוקא אויף דער גאס, אבער אין רעאליטעט קען דאס דער איד נישט אויספירן. די גאס, די וועלט, דאס זענען פרעמדע טערמינען פאר’ן איד. דערפאר לאכט ער זיך אויס נאר שטיל, מיט די בני בית אינאיינעם, און ער וויינט זיך אויס נאך שטילער, לאזנדיג בלויז די בעטגעוואנט איינזאפן זיינע טרערן.

האט מיר אידן א זיסן, כשר’ן פסח!