Yiddish with an Aleph

דער משוגענער פילאסאף (2)

The Mentally Ill Philosopher II

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

אין מיין פאריגן ארטיקל האב איך אייך דערציילט, וועגן מיין באגעגעניש מיט יענעם משוגענעם פילאסאף. כ’האב אייך איבערגעגעבן זיינע געדאנקען איבער מענטשן, בנינים, און בכלל דער וועלט. כ’וועל אייך אבער זאגן דעם אמת: מיינע שמועסן מיט אים האבן מיך איבערגעלאזט מיט אזא כמו-ספק, צי ער איז ווירקליך אזוי משוגע, אז זיין פלאץ זאל זיין אין אזא אנשטאלט.

יא, ער איז מאדנע, קוריאז, און זיין טראכטן איז היפש אריבער יענער זייט גרעניץ. פון דער אנדערער זייט אבער: זענען דען אויף דער פריי פאראן ווייניג מאדנע מענטשן מיט אויסטערלישע מחשבות? אין מיין לעבן זענען פאראן עטליכע, וועמענס קאפ איז פארדרייט נישט ווייניגער ווי יענעמס. איך קען מענטשן, וועמענס חשבונות זענען מער לאגיש פארקרימט ווי יענעמס. מיט וואס איז יענער אזוי קוואליפיצירט פאר א משוגעים-הויז מער ווי אזויפיל אנדערע?

דעם ענטפער אויף דער פראגע האב איך באקומען פון דעם נעמליכן פילאסאף אליין. דעם אמת געזאגט, האט ער אליין געשטעלט די פראגע. מיך אליין איז נישט איינגעפאלן, אז ס’איז עפעס מאדנע מיט זיין דא זיין. כ’האב פשוט נישט געטראכט. אז ער איז דא, האב איך מסתמא זיך אונטערבאוואוסטזיניג געמאכט דעם חשבון, האט עס זיכער א סיבה.

“איך בין נישט משוגע,” האט ער זיך צו מיר אנפארטרויט. “איך בין אבער פארט משוגע,” האט ער אויסגעפירט, אין זעלבן זאץ.

“זאג דו מיר,” האט ער זיך צערעמאניאל אויפגעשטעלט. “איז פאראן איין זאך פון אלעם וואס איך האב געזאגט, וואס שטימט נישט? איך רעד נישט צי ס’איז אנדערש, אדער מאדנע. כ’ווייס אז מען קען זאגן אנדערש ווי איך. איך ווייס אויך, אז רוב מענטשן טראכטן אנדערש ווי איך. זאג מיר אבער דעם אויפריכטיגן אמת: זענען מיינע ארגומענטן נישט לאגיש אויסגעהאלטן?”

נו, באמת. ער זאגט דאך עפעס… כ’האב שוין אנגעהויבן טראכטן, אז דער טיפער שמועס מיט דעם נארמאל-משוגענעם האט ביי מיר אין מוח א שטיקל שאקל געטאן.

“דארפסט נישט ענטפערן,” קלאפט ער מיר גוטברודעריש אין דער פלייצע. “כ’ווייס וואס דו טראכסט יעצט. און איך פארשטיי דיינע געדאנקען. דו האסט מורא, אז אויב דו זעסט גארנישט אומגעווענליך מיט מיר, וועט אויסקומען אז עפעס איז נישט מסודר ביי דיר…”

איך האב זיך געמוזט צעשמייכלען און האב צוגעשאקלט מיט הסכמה.

“יעדער מענטש וואס געפינט זיך אין דעם אנשטאלט, האט עפעס א צוטשעפעניש, א נאמען פון א פסיכישער פראבלעם, אדאנק וועלכער ער וואוינט דא. איך,” פירט ער רעטאריש אויס, “נישט. איך בין דער איינציגער משוגענער וועמענס שגעון האט נישט קיין נאמען. איך בין אויך פון די ווייניג משוגעים, וואס זענען לעולם בכלל נישט משוגע.

“פרואוו,” ווייזט ער מיר צו פראנט-טישל, וואו א קראנקען-ברודער איז געזעצן פארטיפט איבער א קאמפיוטער-סקרין. “פרעג סיי וועמען פונעם שטאב, וואס מיך פעלט.”

עפעס א כוח פארמאגט ער, דער בר-נש. איך האב במחילה זיך אויפגעשטעלט און געשטעלט די פראגע דעם ערשטן שטאב-מיטגליד וואס כ’האב באגעגנט. יענער האט זיך געקראצט ביי דער גאמבע און אריבערגעפירט דעם ווייז-פינגער איבער’ן שטערן מיט א מינע לאמר: דאס קינד איז נישט ארדענונג. וואס זאל איך דיר זאגן?…

אבער פארט: וואספארא נאמען טראגט דער דאזיגער שגעון, וואס זיצט ביי דעם פארשוין אין קאפ?

יענער האט געצויגן מיט די פלייצעס. “סתם משוגע, אן קיין נאמען…”

מיין פילאסאף האט פון דערווייטנס נאכגעפאלגט מיין שטום-לשון שמועס. ווי איך האב זיך אויסגעדרייט אויף צוריק, איז ער געשטאנען מיט די הענט אויף די לענדן און א נצחון-שמייכל אויפ’ן פנים. “נו?…”

“וואס נו?” האב איך זיך געמאכט תמ’עוואטע.

“אה. דו ביזט שוין אליין צעמישט. דו פילסט, אז עפעס רעד איך גארנישט אזעלכע נארישקייטן. דו ביזט נאר נישט גרייט מודה צו זיין – פאר זיך אליין – אז דו האסט געביטן דיין מיינונג צוליב דער טענה פון א משוגענעם.” עפעס ווי אנגסט האב איך אנגעהויבן פילן אין ברוסטקאסטן. דער האט מיך באוויזן מיטצוטראגן מיט זיך אויף א נסיעה איבער אומבאקאנטע וועגן…

“כ’וועל עס דיר דערקלערן,” האט ער זיך צו מיר געוואנדן מיט אן ערנסטער שטימע. “איך בין גאנץ מסודר דא” – ווייזט ער מיר מיט’ן זעלבן פינגער, אויפ’ן זעלבן פונקט אויפ’ן שטערן ווי דעם שטאב-מיטגלידער מיט עטליכע מינוט פריער. “מיין פראבלעם איז נאר דאס, אז איך האב זיך אזוי פארדרייט דעם קאפ, אז איך זע און פארטייטש די וועלט און געשעענישן ארום מיר עקסטרעם אנדערש ווי אנדערע מענטשן. במילא קען איך נישט פונקציאנירן אין דער געהעריגער געזעלשאפט.

“פארשטייסט. מיינע חשבונות שטימען ערשטקלאסיג. זיי זענען מיט גארנישט ווייניגער לאגיש אויסגעהאלטן, ווי די הסברים וואס מענטשן געבן געווענליך פאר די זעלבע דערשיינונגען. יא, דו קענסט מיינע הסברים אפפרעגן; דו קענסט אבער פונקט אזוי צענעמען און אפפרעגן די הסברים וואס דו נעמסט יא אן אלס ריכטיג.

“אויף אלעם וואס איך זאג,” האט ער אויסגעפירט, “קען איך אנגעבן א גוטן הסבר, וואס שטימט נישט זעלטן נאך בעסער ווי די אלטערנאטיווע, אנגענומענע דערקלערונג. מיינע פשט’לעך ליידן נאר פון דעם חסרון, אז די וועלט זעט די זאכן אנדערש. רוב מענטשן גייען אויפ’ן הויפט-אויסגעטראטענעם וועג. איך האב זיך פארקירעוועט אין א זייט, און אנגעהויבן שפאצירן איבער די וויסטענישן. איך טרעט זיך אליין אויס א וועג; איך ווייס וואס איך טו…” א קאלטער שווייס האט זיך מיר אנגעהויבן ארויסזעצן אויפ’ן שטערן.

“נו, פארוואזשע זאלסטו זיך נישט אומקערן צום דרך המלך, אויף וועלכן דער רעשט פון דער וועלט גייט, און צוריק אריינגיין אין דער געזעלשאפט?”

“אה. יעצט פרעגסטו א גוטע קשיא!” האט ער אויפגעלעבט. “און דער תירוץ איז: איך בין שוין אזוי ווייט פארקראכן, פאר אזא לאנגער צייט, אז ס’פּאסט מיר שוין נישט מודה צו זיין, אז דער גאנצער וועג איז געווען גארנישט מער ווי א טעות. מיין עקשנות טרייבט מיך צו גיין ווייטער און ווייטער, אפילו דאס קומט מיט’ן פרייז פון ווערן אלץ אפגעריסענער און אפגעהאקט פון דער געזעלשאפט און דעם נארמאלן וועג פון טראכטן…”