Yiddish with an Aleph

זאג מיר פריער ווער איך בין

First Tell Me Who I Am

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

דער הויפט תפקיד פון חינוך איז צו פארזיכערן פאר’ן דערוואקסלינג, אויף ווי ווייט ס’איז שייך, א קלארע סטאבילע ערד אויף וואס צו טרעטן. יעדער חינוך אין דער וועלט, שוין צוליב דעם אליין וואס עס פרובירט מחנך צו זיין א יונגן דור, באנוצט זיך עס מיט פארשידענע פרינציפן און ווערטן, וועלכע עס פרובירט איינצופלאנצן אין די הערצער פונעם פריש-געבוירענעם דור, און אויף יענע ווערטן צייגט עס אן מיטן פינגער “כזה ראה וקדש!” ס’איז נישטא קיין שום חינוך אין דער וועלט, וועלכע לאזט וויסן די קינדער, אז דער וועג פון לעבן איז אינגאנצן אומאויסגעטרעטן, און זיי דארפן אליין באשליסן, וויאזוי צו לעבן, וויבאלד אויף צו באשטימען אזא בליק אויפן לעבן דארף מען גארנישט קיין חינוך. לאז נאר דאס קינד אליין וועט ער שוין זען, אז ער האט נישט קיין אויסגעטרעטענעם וועג. אזא צוגאנג וואלט געהייסן אומ’חינוך.

איז דער אלגעמיינער מאדערנער חינוך אנדערש אין דעם אספעקט? אויבנאויף נישט. אט למשל שטעלט עס אוועק דעם חינוך אויף די פרינציפן פון פלוראליזם, טאלעראנץ, מולטי-קולטוראליזם, א.ד.ג. איבער וועלכע ס’ערלויבט אודאי נישט די שילערס נאכצוטראכטן. א קינד וואס איז נישט גרייט אויפצונעמען די פרינציפן, איז אן אומדערצויגן קינד לויט די אלגעמיינע סטאנדארטן, און א שולע וואס גיט ארויס קינדער מיט אומטאלעראנץ למשל צו אנדערע ראסן, וועט זיכער נישט באטראכט ווערן ווי א גוטע שולע.

אט די פרינציפן זענען אוודאי שטארק וויכטיג. דא איז אבער פאראן א גרויסער פראבלעם ווען מ’באטראכט זיך אין דעם, אז די דערמאנטע רשימה פון ווערטן פארלייגט זיך דער עיקר אויף “פארשידנארטיגקייט”, אנעם געבן דעם מענטש א וועג פאר זיין אייגענעם “אוניקאלער פארטיקולאריזם”. אויב מען וואלט כאטש אין צוגאב צו דער רשימה געלאזט צוגיסן א פארציע פון נאציאנאלן פאטריאטיזם, וואלט דאס דאן באדייט, אז מ’גיט אריין אין די קינדער א שטארקן געפיל פון אידענטיטעט, כאטש צוגעבנדיג, אז מ’מוז שעצן יענעמ’ס אידענטיטעט אויך. ס’איז אבער נישט מעגליך, אז א מענטש זאל זיך אידענטיפיצירן נאר דערמיט וואס ער איז “אפן צו יעדן איינעם”…

דאס איז גענוי ווי מיר זאלן זאגן פאר א קינד: “קוק אהער, מיר פארשטייען, אז דו דארפסט א חינוך, דו דארפסט א קלארן וועג אין לעבן, לאמיר דיר טאקע געבן א קלארן וועלטקוק. „אט זע! ס’זענען דא צוויי הונדערט דריי און פופציג רעליגיעס און קולטורן איבער דער וועלט, די זענען אלע אייניג חשוב, אייניג דערהויבן, און מיר דארפן זיי אלע אן אונטערשייד ארייננעמען אין אונזער הארץ”. א שיינער חינוך איז דאס פאר א קינד… נישט געקוקט ווי אמת דער געדאנק קען זיין, כאטש אין מערסטנס פאלן, פון אן אבסאלוטן שטאנדפונקט, איז עס אבער ווייניגסטנס נישט קיין וועג פון חינוך. ס’איז כמעט אוממעגליך צו דערווארטן געזונטע גייסטישע קינדער פון אזא מין סיסטעם.

דא קומט אבער צו נאך איין וויכטיגער שטריך אינעם היינטיגן מאדערנעם חינוך. דאס איז דער שטארקער דגש, וועלכער ווערט געלייגט איבער קריטישן טראכטן. אנגעבליך דארף דאס הייסן, אז מ’לערנט אויס דעם שילער צו טראכטן פאר זיך אליין, צו קענען איבערטראכטן פאר זיך א וועג פון לעבן, אן דעם וואס מ’זאל עס אים דארפן פיטערן מיט א לעפעלע. דער מאטא פונעם חינוך איז: “טראכט אליין!” און דערפאר שטיצט עס טאקע שטארק די קינדער צו פרעגן תמיד קשיות איבער אלץ און אלעמען (חוץ אויף די ווערטן פונעם מאדערן-ליבעראלן חינוך אליין, פארשטייט זיך). “קויף נישט וואס די עלטערע זאגן דיר, נאר טראכט עס תמיד איבער!” איז דער מעסעדזש פונעם חינוך גופא. דאס איז אוודאי אויך זייער א שיינער קלוגער מהלך צו געבן דעם קינד קלארקייט אין לעבן, בעת זיין שכל ווערט אים קוים רייף… אפנים מיר האבן זייער א גרויסן צוטרוי צו די קינדער בעת זיי זענען אין די צענערלינג יארן.

זענען מיר טאקע אזוי נאריש צו קלערן אז יעדער מענטש, אפגערעדט שוין פון קינדער, איז מסוגל אליין צו טראכטן? אויב טראכטן הייסט פרעגן קשיות איז עס אוודאי מעגליך, אויב אבער טראכטן באדייט צו ענטפערן די ריכטיגע תירוצים איז עס מסתמא וואנזיניג צו גלייבן אז דאס איז א נחלת הכלל. וואס אויף דער וועלט זאל אונז ברענגען צו אזא אילוזיע? לאמיר נישט פארגעסן אז אפילו גאר גרויסע חכמים קענען דורכפאלן מיט קליינינקע פרטים אין זייערע מסקנות און דערמיט ברענגען צו וועלטליכע קאטאסטראפעס, ווי ס’זאגט עדות די וועלט-געשיכטע פונעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט.

דערצו איז עס נאך א דור פון פייסבוק און טוויטער, אין וועלכן יעדער צוציק קען אנמאכן א שטורעם פון גארנישט. דעמאקראטיע גיט אויך די מעגליכקייט דורכצופירן די שטורמען אויף די גאסן, נישט געקוקט צי דער ענין איז א וויכטיגער אדער נישט, און אין ענדע אויך איבערצוקערן רעגירונגען און טוישן געזעצן אויף דעם סמך. יעדער קאמיקער וואס האט עפעס א געדאנק באקומט א דעקונג אין דער פרעסע ווי דער גרעסטער חכם. פאלט עמיצן איין צו קרייען אויף דער גאס ווי א האן, גיט מען אים שוין אן אינטערוויו אויף דער טעלעוויזיע, און אז ער באשליסט זיך אנצוטון הויזן אויפ’ן קאפ רינגלען אים שוין ארום א טוץ פון נייעס אגענטן. מיט איין ווארט, יעדער קען טראכטן פאר זיך אליין, און דערנאך טאקע מאכן אליין דעם שטורעם אויך.

***

ערשט האב איך זיך אנגעשטויסן אויפ’ן אינטערנעץ אין א ביכל איבער אמעריקאנער געשיכטע מיטן נאמען “ליגנס וואס מיין לערער האט מיר געזאגט: אלעס וואס דיין טעקסט-בוך איבער אמעריקאנער געשיכטע איז ארויס פאלש”. דאס ביכל קומט איבערווייזן מיט אותות און מופתים אז די פיגורן, וועלכע ווערן באטראכט ווי העלדן אין דער אמעריקאנער געשיכטע זענען אין אמת’ן געווען רוצחים, בארבארן, א.ד.ג. דער מחבר פונעם ביכל איז נישט קיין שונא פון אמעריקע, ער איז דוקא א ווייסער פון אמעריקאנער אפשטאם וועמען עס דאכט זיך אז צו קריטיזירן זיך אליין איז א סימן פון אינטעלעקטועלער אויפריכטיגקייט. דער צוגאנג פון “זעלבסט-קריטיק” איז נישט קיין נייעס אין דער אקאדעמישער וועלט. ס’איז בסך־הכל א טייל פון דער היינטצייטיגער אולטרא-פלוראליסטישער מאדע אפצופארבן פאטריאטיזם ווי א מיאוס’ע זאך, א פאלשע זאך, און אלץ אזא וואס נאר צוריקגעשטאנענע מענטשן, די וואס קענען נישט אליין טראכטן, באזיצן.

איך בין נישט קיין אמעריקאנער פאטריאט וויבאלד איך בין א איד (על-כל-פנים אויף ווי ווייט דאס איז א סתירה), אבער לויט מיין מיינונג, איז דוקא אט די אבסעסיווע זעלבסט-קריטיזירונג נישט אויפריכטיג. די אלגעמיינע טעקסט-ביכער דערמאנען געווענליך יא אין עטליכע שורות די חטאים פון סיי וועלכן העלד, נאר דער אונטערשייד באשטייט אין דעם וואס די געווענליכע טעקסט-ביכער פרובירן מיט דעם אלעמען אהערצושטעלן א פאזיטיוו בילד איבער דער באשטימטער פיגור, זאל עס זיין קאלאמבוס אדער אנדערע גדולים, פשוט צוליב דעם וואס זיי זענען וויכטיג פאר אמעריקע. ס’איז וויכטיג, אז א מענטש זאל האבן א גוטן בליק איבער זיך אליין, זיין פארגאנגענהייט און זיין אידענטיטעט. ליגן טאר מען נישט זאגן, אבער מ’איז אויך נישט מחוייב צו מאכן א גרויסע סענסאציע פון חטאים. מ’מוז קענען פארגעבן פאר זיך אליין נישט ווייניגער ווי מ’קען דאס טון פאר פרעמדע פעלקער מיט דעם אָ ברייטן הארץ פון טאלעראנץ…

להבדיל אינעם תנ”ך געפינען מיר דען נישט די חטאים פון דוד המלך, שלמה, און אפילו פון משה רבנו? פארקערט גאר, דער אידישער פרינציפ זאגט אונז “כי אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא - ס’איז נישט פאראן אין דער וועלט א צדיק וואס זאל טון נאר גוטס און נישט זינדיגן”. א חסידישער טייטש ערקלערט דעם פסוק זייער שיין: אודאי קען א מענטש אנטלויפן פון דער וועלט, זיך אפשליסן ווי א נזיר אין ווייטע מדבריות און נישט זינדיגן, אבער דאן וועט ער אויך נישט קענען טון קיין גוטס. דוקא די וואס זענען פארמישט אין אויפטון גוטס פאר מענטשן, איז נישט מעגליך אז זיי זאלן נישט דורכפאלן אמאל מיט זינד… דאס איז א טייל פון דער מענטשליכער ערשיינונג. מ’דארף אכטונג געבן קיינמאל נישט צו בארעכטיגן זינד, אבער פארקוקן אויף זינד פון אנדערע מעג מען יא אמאל, און אמאל מוז מען אזוי טון.

אט דער צוגאנג פון אונטערברעכן די אייגענע אידענטיטעט אויף ווי ווייט מעגליך, ווערט אלץ מער א מאדע אין דער מערב-וועלט, און דערקענט זיך ממילא אין די וואקסנדע וואלן פון זעלבסט-האס צווישן יונגע סטודענטן. דאס איז אלץ א רעזולטאט פון דעם וואס דער חינוך לייגט אן איבערוויגנדן דגש איבער די ווערטן פון אוניווערסאליזם און פלוראליזם אן דערלאזן כאטש א קליין ווינקעלע פאר דעם פינטעלע זיך. איך קען גארנישט פארשטיין וויאזוי עס קען הערשן אזא טיפע שמאלקעפיגקייט צווישן די וואס זענען פאראנטווארטליך אויף דער דערציאונגס-סיסטעם נישט צו זען וואוהין אזא סיסטעם וועט אין ענדע דערפירן. בלייבט אפשר נאר מסכים צו זיין מיט בן-זומא’ס אנומלטיגע שווארצע נבואות איבער א רעוואלוציע וואס ווארעמט זיך אונטער דער ערד… לאמיר האפן, אז ס’וועט כאטש נישט זיין צו געפערליך.