Yiddish with an Aleph

נבואה אינעם גלות פון טירוף הדעת

Prophecy in the Exile of Madness

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

חז”ל זאגן, אז נאך דעם וואס דער בית המקדש איז חרוב געווארן, איז די נבואה איבערגעגעבן געווארן צו “שוטים” און קינדער. פריער, איז דער כוח פון נבואה געלעגן אין די הענט פון גרויסע מענטשן, וואס האבן זיך אויסגעארבעט אדער זענען לכתחילה געבוירן געווארן מיט דער אייגנשאפט, מיט די נויטיגע “אַנטענעס”, אויפצוכאפן די סובטילע זענדונגען, וואס דער מענטש מיט זיינע געווענליכע חושים איז נישט בכוח צו דערשפירן. ווען דער בית המקדש איז חרוב געווארן, איז די מעגליכקייט צו פילן וואס גייט זיין אריבערגעגאנגען צו קינדער און גייסטיג-צערודערטע.

אין חורבן בית המקדש איז אריינגערעכנט די צרה פון “גלות”. אחוץ דעם וואס דאס צענטראלע פלאץ פון אידישן גייסטיגן לעבן, וואו דער מענטש האט געקענט, אזוי צו זאגן, מאכן אזא פארבינדונג מיט ג-ט, איז אוועקגעקומען, איז דער איד אויך פארטריבן געווארן פון זיין לאנד – ער איז געגאנגען אין גלות.

גלות, ווי פארשטאנען אין דער חסידישער ליטעראטור, באציט זיך אויף א גייסטיגער אומארדנונג – “גלות הדעת”. דער חורבן בית המקדש האט געברענגט א פסיכישע אומבאזעצנקייט אין דעם אידישן קאלעקטיוו. מיר זענען פונעם חורבן און ווייטער קיינמאל נישט געווען געהעריג מסודר. די חסידישע ספרים טראגן דעם געדאנק נאך ווייטער און זאגן, אז יעדער יחיד קען אויסגעלייזט ווערן פון גלות. זיי טיילן-אפ צווישן דעם ווידעראויפבוי פון בית המקדש און דאס אויסגעלייזט ווערן פון גלות. בית המקדש השלישי איז טייל פון דעם אלגעמיינעם גאולה-פראצעס; אבער דאס עצם אויסגעלייזט ווערן איז א יחיד’שע זאך, און יעדער מענטש קען אויסגעלייזט ווערן פאר זיך, אומאפהענגיג פון דעם אלגעמיינעם גלות פון אידישן פאלק. משיח און גאולה, לויט דער חסידישער פילאסאפיע, זענען אינדיווידועלע באגריפן, וואס פאדערן א טראנספארמאציע פונעם יחיד.

דער גלות הדעת האט אין משך פון די דורות אנגענומען פארשידענע פארמען, געוואנדן אין דעם פלאץ וואו מיר האבן זיך געפונען און דעם אופן טראכטן וואס האט דערביי דאמינירט די געזעלשאפט. אין אונזערע צייטן, לעבנדיג אין דער מערב-וועלט מיט איר קולטור, איז גלות הדעת די אפוועזנהייט פון טראכטן און אינדיווידואליזם. מענטשן טראכטן נישט און טוען נישט אליין. אלעס ווערט פאר יעדן אויסגעטראכט און אלע טוען וואס “יעדער טוט”. די מחשבה, דער רצון – די אייגנארטיגע מענטשליכע אייגנשאפטן וואס טיילן אים אפ פון אנדערע לעבעדיגע באשעפענישן – זענען פארלוירן און פארפאלן. ס’איז ביי אונז כמעט נישט פאראן קיין מקום פאר חיות און חידוש. דאס האט נישט מיט גוטס און שלעכטס; אפילו לגבי טאן גוטע זאכן, זענען מיר אויך באגרעניצט צום גאר-שמאלן אנגענומען-ביי-יעדן ספעקטרום – וואס אין אונזער געזעלשאפט היינט באשטייט פון בלויז צוויי קאלירן: שווארץ און ווייס. אפילו די צוויי, זענען אויך שארף דעפינירט: פעך-שווארץ און שניי-ווייס. און אפילו וואס ס’איז פאררעכנט ווי שווארץ און ווייס זענען אויך שוין באשטימט מיט א מין פארגליווערטער אומצוויידייטיגקייט, אז עמיצער וואס פרואווט יא ניצן דעם קאפ, פילט ווי ער גייט אראפ פון זינען.

ס’איז פאראן א גלות אז מען ווייסט אז מען איז אין גלות. דאן איז פאראן א גלות אין עולם התוהו, אז דער וואנדערער ווייסט ניטאמאל אז ער איז פארוואגלט. דער מוח און הארץ זענען אזוי אפגעטויט, אז דער בולט’סטער אינטערשייד צווישן אים און א ראבאט איז בלויז דאס מאטעריאל פון וואס זיי באשטייען. דער עולם-התוהו בלאנזשנדער פילט אפשר נישט אז ער געפינט זיך נישט על מכונו; אבער די יסורים וואס וואגלניש ברענגט שפירט ער בהחלט – הגם ער ווייסט נישט וואו צו זוכן דעם מקור פאר זיין פּיין.

פונקט ווי מיט’ן חורבן בית המקדש, וואס האט געברענגט דערצו אז “עבודה” איז פון א צענטראליזירט פלאץ צעפלויגן און צעשפרייט געווארן איבעראל אבער אייגנטליך אין ערגעץ, איז די זעלבע געשען צו נבואה: אנשטאט דעם וואס די הימלישע מעסעדזשעס זאלן אראפקומען אויף א מסודר’דיגן אופן, דורך א קלארן מקור, זענען די אנדייטונגען צעפלויגן געווארן און די וועלט איז פול מיט אומקלארע אינפארמאציע-שטיקלעך. אויב מיר וואלטן פארבליבן מיט אביסל אייגענעם רצון און קלארן שכל, וואלטן מיר דאך קלאר געזען אז קיינער ווייסט נישט וואס מיר טוען דא און וואוהין מיר גייען. זענען מיר אבער אלע יחידים צעשווימען און צעשוואנקען אין איין גרויסן “שטיק” כלל וואס ווייסט נישט וואס ער וויל. דער יחיד טראכט נישט און דער כלל ווייסט נישט.

קינדער און גייסטיג-צערודערטע מענטשן פארשטייען נישט צו די קונצן פון “זיך פארשטיין אויפ’ן ווינק,” פון דבר’ן וואס מען מיינט נישט און צושאקלען צו וואס מען פארשטייט נישט. זיי זענען ריין און פריי פון דער אנשיקעניש. זיי זאגן וואס זיי זעען, ווי זיי זעען זיי און אויפ’ן אופן ווי זיי באנעמען דאס געזעענע. ביי זיי, קינדער און משוגעים, הערט מען דעם אמת, וויאזוי זאכן זעען אויס כמו שהם, אן די קאמפליצירטע חשבונות אין וועלכע מיר ווי א קאלעקטיוו פרואווען אריינצווינגען די סאמע פשוט’ע זאכן און געברויכן פון מענטש און וועלט.

נבואה פארמאגט אזא אייגנשאפט, אז זי קען נישט איבערגעגעבן ווערן אין קלארע, רחל-בתך-הקטנה דיבורים. בזמן הבית איז די נבואה קאמוניקירט געווארן אין פאעטישע זאצן. היינט באקומען מיט די זעלבע מעסעדזשעס באהאלטן אינעם קינדישן וואקובאלאר און אומקלארע, אומאיינהייטליכע זאצן פון גייסטיג-אפגעשטאנענע.

ס’איז קיינמאל נישט געווען גרינג און קלאר. אבער אויב לייגט מען צו דעם קאפ און מען עפנט דעם מוח צו באנעמען רויע אינפארמאציע אן די אלע חשבונות וואס פילן אן די לופט וואס מיר אטעמען, קען מען הערן קלארע דיבורים איבער דעם טירוף הדעת וואס האלט אונז אלעמען פארשקלאפט.