Sholem Berger

װי לעבט זיך דאָרטן?

How do they live there?

פֿון שלום בערגער

  • Print
  • Share Share

צװישן מיטאָסן בליִען טעותן גרײַזן אױף רײַזעס
אין מיטן סודות פֿון אמת
הערן זיך רױע געשרײען.

לײג אַװעק דעם בלײַער, מענטשן קומען אום אױף דער קינסטערלישער גאַס.
װאָס זשע העלפֿט אַ גראַם
אַז דער קערפּער װײסט נישט, װעלכער טעות ערגער איז:

דאָס לעבן אין פֿײַער אָדער דער טױט
װאָס דרײט זיך אין די קאָרידאָרן
די פּאָעטישע ליצענץ גײט אױס

לײג אַװעק דײַן בלײַער
דו האָסט געװוּנען תּיכּף־מיטגעפֿיל
דו קענסט שױן שפּירן אױף דײַנע געדערעם
די האַנט פֿון נישט װערן

די באָמבע ראַמט דיך אױס
דער ראַקעט פּטרט דיך אַװעק

אַ מבֿין שױן אױף דײַן אײגענעם עק
און דער סוף פֿון אַ בינטל שטרױ־געפּאַקטע חלומות

נו, װי לעבט זיך דאָרטן
אין די „דעװעלאָפּמענטס‟ פֿון טױט?