Sholem Berger

זײַד און פּאָרעך

Silk and Dust

פֿון שלום בערגער

  • Print
  • Share Share

זײַד און פּאָרעך

מיר זײַנען זײַלן פֿון זײַד
אין מיטן אַ מבול פּאָרעך
עס טוט לײַד. דײַן אָפּשײד
איז פֿאַרשטענדלעך. טאָר איך
ניט דערלויבן זיך טענות
פֿון דער מיטלמעסיקער שעה.
איז פּאָרעך כּולל ברכות.
דײַן געזאַנג איז נאָך דאָ.


אױף אַ װעג, אַן אומגלאַטיקן

עס פֿלעמלט אױף דער אינערלעכער פֿלאַם.
מע גײט אױף אַ װעג, אַן אומגלאַטיקן
דורכן װאַלד, דורך די נעכט.
פֿינצטער איז חכמה, פּשטות איז פֿלאַך.
בײַנאַנד מיט אונדז די געזאַנגיקע טעג.

אין טאָל שװעבט אַן אָדלער. עס זילבערט אַ ליכט
אין פֿענצטערס פֿון פּאַלאַצן און בראַונסטאָונס. ריכטיק
איז דער געאָלאָג װאָס גראָבט אױס די חורבֿות.
מע דערקענט און צעגלידערט די שיכטן.
מע זינגט זײ לידער, כאָטש אַלץ װערט װײַטער חרובֿ.

***

װאָס ס׳ליגט נאָך אין קױש?
פּענזל פּען פֿלאַטערל
גאָלדשטױב שטערן־שפּענדלעך
אױטאָרױש
בראָנקסער שליסל
טשערנעװיקצער לשונות־געפּילדער
זײַ־געזונט
סאַקסאָפֿאָן