Sholem Berger

מער בלײַביק ווי בראָנדז

More Durable Than Bronze

פֿון שלום בערגער

אַלץ אין איינעם

כ’בין אַליין אַ גאַנצער דור
פֿון יאָרן אויפֿגאַנג און פֿאַרגיי.
איך וואַקל צווישן גליק און וויי
און וואַרט אויף דעם וקראתם דרור.

סע שפּרינגען שערבלעך אָפּ פֿון זיך
ביז אַנטבלייזט בלײַבט אַ פֿרישער לײַב
פֿאַרטײַענדיק דעם תּהום. כ’פֿאַרבלײַב:
צעשמעלצעניש און איין פּאָר שיך.

Read more


ווערטיקאַלע געלעגנהייטן

Vertical Opportunities

פֿון שלום בערגער

ווערטיקאַלע געלעגנהייטן

אַ וואַנט איז אַ מאַפּע
פֿון ווערטיקאַלע געלעגנהייטן
מע קריכט כּסדר
און דאָס אַראָפּפֿאַלן
איז אַ וואַגיק קריכן.
אויף דער לופֿט
קלעטערט יעדער
מיט יעדן טריט פֿון אינערלעכן שאַצקאַמער
ביז מע לערנט זיך אויס שוועבן
מיט דער פֿיזיק פֿון דמיון.

Read more


ליכט

Light

פֿון שלום בערגער

ליכט

כ׳האָב אַלײן געזען װאָס כ׳האָב נישט געטאָרט. מע האָט מיך געפּרוּװט צוריק האַלטן מיט בראַװע אָרעמס. כ׳האָב זיך געריסן צום פֿאָרנט פֿון די רײען. אַ געבליץ. אַ געשרײ. אַ בלוטיקע פּױזע און אַ ביטערער געלעכטער.
פֿאַרגעסן װעל איך קײן מאָל נישט און אױסזאָגן — אױך נישט.
האָב איך פֿאַרשריבן אַ תּפֿילה װאָס גיט דאָס אַלץ איבער. און דאָס ערשטע װאָרט איז אור, דאָס איז דער טײַטש ליכט.
אור ממך
אור ממני
דאָס מײנט ליכט פֿון דיר, ליכט פֿון מיר.
איר זעט עס, דאָס ליכט, רונד אַרום?
הײַנט זאָגט מען, אַז דאָס ליכט טראָגט זיך אין פּעקלעך, פֿאָטאָנען, קלײנע װאַליזלעקעך ליכטיקײט. דאָס קענען זײ זאָגן װאָס איך טאָר נישט.
אַ גוטע נאַכט, װעלט! בלײַב מיר ליכטיק אױף תּמיד.

Read more


שטיללעבן

Still Life

פֿון שלום בערגער

דער באָדן װערט צעטרײסלט
פֿון אַלץ װאָס ס׳איז קױם געשען.
צװישן די מױער־שאָטנס
טאַנצן אײביקײטן און נישטגעװענס.
מײַן גופֿיקער לײַב האָט זיך זעליש פֿאַררײטלט.

Read more


װי לעבט זיך דאָרטן?

How do they live there?

פֿון שלום בערגער

צװישן מיטאָסן בליִען טעותן גרײַזן אױף רײַזעס
אין מיטן סודות פֿון אמת
הערן זיך רױע געשרײען.

Read more


זײַד און פּאָרעך

Silk and Dust

פֿון שלום בערגער

זײַד און פּאָרעך

מיר זײַנען זײַלן פֿון זײַד
אין מיטן אַ מבול פּאָרעך
עס טוט לײַד. דײַן אָפּשײד
איז פֿאַרשטענדלעך. טאָר איך
ניט דערלויבן זיך טענות
פֿון דער מיטלמעסיקער שעה.
איז פּאָרעך כּולל ברכות.
דײַן געזאַנג איז נאָך דאָ.

Read more


אַטמאָספֿעריק

Atmospheric

פֿון שלום בערגער

צוליב צילן

צוליב צילן
װערט דאָס בילד באַלױכטן
מיט שטרענגע רעפֿלעקטאָרן
און די רעצענזיעס אָנגעשריבן
פֿון קאַטעגאָרישע װינקלען.

Read more


מעשׂה מיט אַ שפּיטאָל־סטראָזש

Tale of a Hospital Janitor

פֿון שלום בערגער

אַ מאָל איז געװען אַ סטראָזש, גערי, אַן אױפֿראַמער פֿון פּאַדלאָגעס, װאָס האָט געאַרבעט אין אַ שפּיטאָל. כאָטש ער האָט דאָרטן יאָרן לאַנג געאַרבעט איז ער געבליבן אַ גרױסער קבצן.

די דאָקטױרים האָבן באַשלאָסן, אַז דער אַלטער בנין, װוּ דער סטראָזש אַרבעט, איז צו צעפֿאַלן, אומפּאַסיק פֿאַר די פֿיל װיכטיקע פֿאָרשערס, געזונט־אַרבעטערס, און חולים. האָט מען אױפֿגעבױט אַ נײַעם גרױסן בנין מיט אַלע פּיטשעװקעס.

דאָס ערשטע מאָל װאָס גערי, דער סטראָזש, איז אַרײַן אין נײַעם בנין, איז ער שיִער נישט געפֿאַלן חלשות. אַלע אײבערפֿלאַכן זײַנען ברײט, גלאַנציק װײַס. דאָס אַלץ האָט געמאַכט דעם אײַנדרוק פֿון אַ קונסט־מוזײ, אָדער אַ לופֿטפֿעלד. ער איז געװען זיכער, אַז די אַדמיניסטראַציע האָט אָנגעשטעלט אַ סך צוגאָב־אַרבעטער.

Read more


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.