Sholem Berger

ליכט

Light

פֿון שלום בערגער

  • Print
  • Share Share

ליכט

כ׳האָב אַלײן געזען װאָס כ׳האָב נישט געטאָרט. מע האָט מיך געפּרוּװט צוריק האַלטן מיט בראַװע אָרעמס. כ׳האָב זיך געריסן צום פֿאָרנט פֿון די רײען. אַ געבליץ. אַ געשרײ. אַ בלוטיקע פּױזע און אַ ביטערער געלעכטער.
פֿאַרגעסן װעל איך קײן מאָל נישט און אױסזאָגן — אױך נישט.
האָב איך פֿאַרשריבן אַ תּפֿילה װאָס גיט דאָס אַלץ איבער. און דאָס ערשטע װאָרט איז אור, דאָס איז דער טײַטש ליכט.
אור ממך
אור ממני
דאָס מײנט ליכט פֿון דיר, ליכט פֿון מיר.
איר זעט עס, דאָס ליכט, רונד אַרום?
הײַנט זאָגט מען, אַז דאָס ליכט טראָגט זיך אין פּעקלעך, פֿאָטאָנען, קלײנע װאַליזלעקעך ליכטיקײט. דאָס קענען זײ זאָגן װאָס איך טאָר נישט.
אַ גוטע נאַכט, װעלט! בלײַב מיר ליכטיק אױף תּמיד.


אין מיטן דערינען

װער האָט ניט געמײנט, אַז די װעלט
בײַט זיך רגעװײַז
און מיר קוקן פֿון הינטן
אױף די גלאַנציקע כװאַליעס,
זינגענדיק,
קנאַקנדיק ניסעלעך?


אַ דינינק שיכטל

צװישן פֿענצטערס אין דרױסן
שטעקט אַ דינינק שיכטל
אַ פּאַסמע שױב, אַ רעפֿטל ליכט.
װי אַ זײַדן זעקל צװישן פֿיס און שיך.
און יעדן ראַנד, יענעם בין־השמשות בין איך אױסן.
איך בין דאָ
צװישן גאָרנישט
און יש.
דער נײַער פֿאַרס —
נישט מע טאָר נישט
נאָר מע באָרגט נישט
װײַל מע האָט נישט.
מע טוט אָן װאָס נאָר מע האָט איבערן קאָפּ
װער אַ הודי
װער אַ שטרײַמל
װער אַ פּעטליע
װער אַ דערעפֿנטן הימל.
דאָס װאָס איך װיל
פֿעלט מיר
און געפֿעלט מיר
אונטערן ים
זוכן פֿישלעך
גאָטס פֿאַרמאָג —
תּפֿילות מקהל דג.


די קריג קעגן קראַצמאַך

די קריג קעגן קראַצמאַך
הייבט אָן יעדן שחרית
ווען עס גרילצט אין די אויערן
בײַ טירן און טויערן
דאָס קלינגל און זינגל
פֿון בינג מיט קריס קרינגל.
איך שטעל מײַן פֿוסנאָגע
און אָנטלויף פֿון דער חגא.
מײַן שלום מיט קראַצמאַך?
אַ האָטס מיך און זײַטס מיך….