דאָס פֿאַרשפּרייטן דעם פֿאָרווערטס איז, אַ פּנים, ניט געווען קיין לײַכטע פּרנסה. אין אַ סצענע פֿונעם אַמעריקאַנער־ייִדישן פֿילם „דער לעבעדיקער יתום‟, פּרובירט דער העלד, בעני בערגער (געשפּילט דורכן יונגן אַקטיאָר דזשערי ראָזענבערג) אײַנצורעדן די פֿאַרבײַגייער צו קויפֿן בײַ אים אַן עקזעמפּלאַר פֿון אונדזער צײַטונג, פֿאָרזינגענדיק פֿאַר זיי אַ טרויעריק ליד וועגן אַ נעבעכדיקן יתום. ווי מע זעט אין דער סצענע, גייט אָבער זײַן פּרוּוו ניט אַזוי גלאַטיק.
כאָטש ס′רובֿ פֿונעם פֿילם איז מעלאָדראַמאַטישער שונד, גיט די סצענע איבער אַן אינטערעסאַנטן בליק אויף דער אַמאָליקער ייִדישער „איסט־סײַד‟. דעם פֿילם האָט רעזשיסירט און פּראָדוצירט יוסף זײַדן, וואָס האָט אויך אָנגעשריבן דעם סצענאַר אויפֿן סמך פֿון שלום סעקונדעס אַ פּיעסע.