משה יעס איז געווען אַ פּאָפּולערער זינגער אויף ענגליש בײַ די חב׳׳ד־חסידים בכלל, און בײַ די חב׳׳ד בעלי־תּשובֿות בפֿרט. אַליין איינער וואָס איז אויפֿגעוואַקסן בײַ אַ וועלטלעכער משפּחה און שפּעטער פֿרום געוואָרן, האָט יעס געהערט צו אַ גרופּע חב׳׳ד־מוזיקער וואָס איז געווען גוט באַהאַוונט אין דער וועלטלעכער אַמעריקאַנער קולטור און האָט געשטרעבט צו שאַפֿן אַ מין סינטעז צווישן דער אַמעריקאַנער און ייִדישער קולטור.
להיפּוך צו אַ סך לידער פֿון דעם שניט, בפֿרט די הײַנטיקע, קלינגען ניט יעס׳ לידער האַמעטנע אָדער איבערגעטריבן, נאָר אויטענטיש און אַפֿילו פֿאָלקסטימלעך. טאַקע דערפֿאַר זענען זײַנע לידער פּאָפּולער געוואָרן ניט בלויז בײַ פֿרומע ייִדן, נאָר אויך אויף דער ברייטער אַמעריקאַנער ייִדישער גאַס. זײַן שלאַגער, „מײַן זיידע‟, אויף מאַמע־לשון, האָט טאַקע אַ ייִדישן טעם.
דאָס ליד האָט איבערגעזעצט דער פּאָעט און לאַנגיאָריקער רעדאַקטאָר משה סחר, וואָס איז באַזונדערס פֿעיִק בײַם איבערזעצן רוסישע, אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע לידער אויף ייִדיש. סחר, צוזאַמען מיט דער באַרימטער זינגערין חוה אַלבערשטיין, האָט לעצטנס באַקומען אַ פּרעמיע פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג ווי אַן אָנערקענונג פֿון זײַנע אויפֿטוען לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך.
די איבערזעצונג האָט סחר געשאַפֿן אויף דער בקשה פֿונעם זינגער דודו פֿישער, וואָס האָט דאָס ליד אַרײַנגענומען אין זײַנעם אַן אַלבאָם ייִדישע לידער. אויבן זינגט דער ייִדישער זינגער יוסי דעסער זײַן נוסח פֿונעם ליד.
אונטן קען מען הערן, ווי משה יעס האָט פֿאָרגעשטעלט דאָס ליד אויף אַ קאָנצערט אין 1981.