אין 1996 איז אײַנגעפֿאַלן דעם פֿילם־פּראָדוצענט און ייִדישיסט ראָלאַנד (ראובֿן) מילמאַן צו מאַכן אַ געניטונג־פֿילם אויף ייִדיש. קיינער האָט ניט דערוואַרט, אַז עס וועט ווערן אַ שלאַגער, נאָר סתּם — מע האָט געמיינט אַז גענוג מענטשן וועלן אים קויפֿן אויף טשיקאַוועס. ווי עס ווײַזט זיך אָבער אַרויס, האָט מען דעם ווידעאָ „שוויץ‟ אויסגעכאַפּט, בפֿרט נאָך דעם וואָס מע האָט געוויזן אַ טייל פֿון אים אויף דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם פֿון דייוויד לעטערמאַן.
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס „שוויץ‟ האָט זיך צום מערסטנס פֿאַרשפּרייט ווײַל מענטשן האָבן געמיינט אַז „ייִדיש איז קאָמיש‟, דינט עס ווי אַ גוטע שפּראַך־לעקציע, בפֿרט פֿאַר די וואָס ווילן וויסן ווי אַזוי צו רעדן וועגן געניטונגען און ספּאָרט אויף מאַמע־לשון. דער פֿילם איז אויך פֿול מיט ייִדישן הומאָר און איז זיכער דער איינציקער פֿון אַזאַ סאָרט מיט מוזיק פֿון סידאָר בעלאַרסקי.
אינעם פֿילם האָבן אָנטייל גענומען די אַקטריסעס שיפֿרה לערער ז׳׳ל און בעטי זילבערמאַן און דער טיילצײַטיקער אַקטיאָר אַקטיאָר יחיאל געלער־קאַץ.