Oyneg Shabes

אַ ישׂראלדיקער פֿילם צו שאַפֿן געלט — אויף ייִדיש

WATCH: An Israeli Fundraising Film in Yiddish

  • Print
  • Share Share

מער פֿון אַלע ייִדיש־שפּראַכיקע פֿילמען אויף „יוטוב‟ בלײַבט „דאָס געצעלט‟ בײַ מיר באמת אַ רעטעניש. 

דער פֿילם, וואָס מע האָט געשאַפֿן אין 1950 אין ישׂראל, כּדי צו שאַפֿן געלט פֿאַר דער נײַער מדינה, הייבט זיך אָן כּמעט ווי אַ פּראָפּאָגאַנדע־פֿילם: מע ווײַזט צופֿרידענע מענטשן אין תּל־אָבֿיבֿ און מע לויבט דעם „נס‟ פֿונעם אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה. 

דערנאָך ווײַזט מען אָבער באַלד אין די לאַגערן פֿאַר דער נײַ־געקומענער שארית־הפּליטה ווי אַ דאָקטער באַזוכט אַ מאַן, וועמענס טעכטערל איז נאָר וואָס געהאַט געשטאָרבן. ממש איבערן קינדס קערפּער אַמפּערן זיי זיך וועגן די סיבות פֿאַר וואָס דאָס לאַנד האָט ניט גענוג געלט אויפֿצוהאַלטן דעם וווילזײַן פֿון די פּליטים. דער דאָקטאָר באַשולדיקט דעם אויסלענדער, וואָס גיט ניט גענוג געלט. דער שארית־הפּליטהניק טענהט, אַז ס׳וואָלט אים בעסער געווען צוריקצופֿאָרן אין די „די־פּי‟־לאַגערן אין אייראָפּע, ווײַל דאָרטן האָט ער כאָטש ניט געהונגערט. 

פֿאַר אַ הײַנטיקן צוקוקער איז דער פֿילם ממש שאָקירנדיק. קודם, איז יענע סצענע מיטן דאָקטער און דעם טאַטן פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם מיידעלע אַזוי איבערגעטריבן און מעלאָדראַמאַטיש, אַז קיין הײַנטיקער מענטש וואָלט ניט געגלייבט, אַז אַזוינס וואָלט טאַקע פֿאָרגעקומען. צווייטנס איז עס אין גאַנצן אַן אומדערוואַרטע דערשײַנונג, אַז אַ ישׂראלדיקער פֿילם פֿון 1950 זאָל ווײַזן דאָס לאַנד אין אַזאַ נעגאַטיוון ליכט און פֿאַרגלײַכן דעם מצבֿ פֿון די פּליטים דאָרטן מיט זייער צושטאַנד אין אייראָפּע נאָכן חורבן. 

דערצו איז שווער צו פֿאַרשטיין פֿאַר וועמען האָט מען געמאַכט דעם פֿילם. אין 1950 וואָלטן שוין אַ סך פֿון די דאָזיקע צוקוקער מסתּמא אַליין געווען ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. צי וואָלט אַזאַ זעלבסט־קריטיק פֿון מדינת־ישׂראל געווען עפֿעטקיוו, כּדי צו שאַפֿן געלט? ס׳איז שווער צו גלייבן. 

דער פֿילם איז אָבער פֿאָרט כּדאַי צו זען, פּשוט פֿון אַ געזעלשאַפֿטלעך־היסטאָרישן קוקווינקל.