וועגן די רעזשיסאָרן יואל און איתן כּהן, שוין אָפּגערעדט פֿונעם לעגענדאַרן קאָמיקער פֿײַוויש פֿינקעל ז׳׳ל, קען מען אָנשרײַבן אַ שלל מיט ביכער און אַקאַדעמישע אַרטיקלען. אָבער די איינציקע סצענע פֿון אַ פֿילם, אויף וועלכן זיי האָבן צוזאַמענגעאַרבעט, איז דווקא געווען די ייִדיש־שפּראַכיקע הקדמה צום פֿילם „אַן ערנסטער מאַן‟.
אין דער סצענע, דערציילט אַ ייִד (געשפּילט דורך אַלען לויִס ריקמאַן) זײַן פֿרוי (יעלענאַ שמואלנסאָן) אַז ער האָט זיך באַגעגנט מיט עמעצן וואָס זי קען. ווען דער מאַן, טרײַטל גראָשקעווער, קומט אַרײַן צו זיי אין הויז, זאָגט זי אים, אַז ער איז שוין טויט און איז אַ דיבוק.
די סצענע, געשפּילט אויף אַ פֿײַנעם נאַטירלעכן ייִדיש (ריקמאַן האָט געהאָלפֿן בײַם שרײַבן דעם ייִדישן נוסח) ווערט ביזן הײַנטיקן טאָג אַרומגערעדט, ניט בלויז צוליב איר אומקלאָרן סוף, נאָר אויך ווײַל ס׳איז ניט אין גאַנצן קלאָר וואָס איז איר שייכות מיטן פֿילם בכלל. פֿאַקטיש איז די סצענע זיכער אַ טעמאַטישע הקדמה צום פֿילם איידער אַ כראָנאָלאָגישער אָנהייב. ווי עס זאָל ניט זײַן, איז זי, באמת, אַ „פֿילמעלע‟ פֿאַר זיך, אפֿשר דאָס בעסטע פֿון אַזאַ מין זשאַנער, וואָס מע האָט אַמאָל געמאַכט אויף ייִדיש.