Oyneg Shabes

מוזיק־ווידעאָ: „בערל‟ פֿון מאָטי אילאָוויטש

WATCH: ''Berl" by Moti Illowitz

  • Print
  • Share Share

איך האָב שוין געשריבן וועגן דעם אוניקאַלן פֿענאָמען אין דער הײַנטיקער חסידישער מוזיק וואָס הייסט מאָטי אילאָוויטש. דער יונגער פּאָעט, בדחן און קאָמפּאָזיטאָר האָט אַ געוואַלדיקן טאַלאַנט בײַם אָנשרײַבן רירנדיקע לידער, וואָס שפּיגלען אָפּ סײַ די ספּעציפֿישע קנייטשן פֿון דער פֿרומער וועלט, סײַ אוניווערסאַלע טעמעס פֿונעם טאָגטעגלעכן לעבן.

אילאָוויטש, אַזוי ווי יום־טובֿ עהרליך, ליפּאַ שמעלצער און דודי קאַליש פֿאַר אים, האָט ניט קיין מורא צו באַשרײַבן די שוועריקייטן פֿונעם לעבן אָדער אַרײַנצולייגן אין זײַנע לידער אַ שטיקל פֿאַרצווייפֿלונג וועגן דער צוקונפֿט. אילאָוויטש האָט אויך, אַזוי ווי דער בדחן און קאָמיקער יואלי לעבאָוויטש, אַ פֿײַנעם חוש פֿאַר הומאָר, כאָטש אָפֿט מאָל דריקט ער אים אויס אויף אַ מער סובטילן אופֿן ווי בײַ ס׳רובֿ חסידישע פֿאַרווײַלער. ער איז אויך, לויט מײַן באַשיידענער מיינונג, איינער פֿון די טאַלאַנטירטסטע לידער־שרײַבער בײַ די חסידים וואָס שייך דער פּאָעטישער סטיליסטיק.

די אַלע עלעמענטן גיסן זיך צונויף אין זײַן נײַעם ליד „בערל‟. אויף איין ניוואָ איז עס פּשוט אַ פֿאַרווײַלעריש לידל וועגן אַ קינד, וואָס פֿירט זיך אויף ווי אַ צעבאַלעוועטער סמאַרקאַטש. אויף אַן אַנדער ניוואָ איז דאָס ליד אַזאַ מין „וויץ־מעשׂה‟ נוסח אָ־הענרי אָדער שלום־עליכם.

דערצו פֿאַרמאָגט עס עלעמענטן, וואָס דערמאָנען סײַ די בעסטע לידער־שרײַבער פֿאַר קינדער אויף ייִדיש און ענגליש (איבערהויפּט קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און ד׳׳ר סוס), סײַ דעם דערציילערישן סטיל פֿון יום־טובֿ עהרליך.

אחרון אחרון הבֿיבֿ — איז דאָס ליד מוזיקאַליש אויסערגעוויינטלעך, אַ ראָקליד מיט ייִדישע עלעמענטן און השפּעות פֿון דער אַראַבישער מוזיק וואָס פֿאַרפֿיקסירט זיך אין זכּרון.