דער נאָמען יעל יעקל איז באַקאַנט דעם „פֿאָרווערטס‟־לייענער אַ דאַנק דעם, וואָס איר ייִדיש־שפּראַכיקע פּאַראָדיע פֿון נטע ברזיליס ליד Toy (שפּילעכל) איז אין אַפּריל געוואָרן אַ ריזיקער שלאַגער. אַן אַקטריסע און זינגערין בײַם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער וואָס פֿאַרמאָגט אַ גוטן חוש פֿאַר איראָניע, איז איר ליד „גוי‟ שטאַרק געלונגען. פֿאַר וואָס? אַחוץ זײַנע מעלות ווי אַ ליד גופֿא, איז „גוי‟ אַ געוואַלדיקע פּאַראָדיע, ווײַל עס מאַכט ניט בלויז חוזק פֿון די סטערעאָטיפּן, וואָס שייך דעם אופֿן ווי אַזוי די ישׂראלים באַטראַכטן די גויים, נאָר פּאַראָדירט אויך ווי אַזוי געוויסע פֿרײַע ישׂראלים האַלטן, אַז זייערע פֿרומע לאַנדסלײַט באַטראַכטן די ניט־ייִדן.
יעקלס נײַ ליד „געפֿילטע פֿיש‟, אַ פּאַראָדיע פֿונעם פּאָפּולערן „דיזני‟־ליד „אונטערן ים‟ פֿונעם פֿילם „דאָס קליינע ים־מיידל‟, מאַכט ניט קיין סאָציאָלאָגישן קאָמענטאַר אָבער איז פֿאָרט זייער חנעוודיק, און לאָזט זיך גרינג געדענקען. און אַזוי ווי „גוי‟ איז עס הומאָריסטיש אָן דעם, אַז עס זאָל זײַן האַמעטנע.
איין אינטערעסאַנטער אַספּעקט פֿונעם ליד איז דער אופֿן ווי אַזוי יעקל פֿאַררופֿט זיך אויפֿן ייִדישן פֿאָלקלאָר בײַם דערמאָנען די כּלומרשטיקע מעלות פֿון געוויסע ייִדישע מאכלים, ווי למשל, אַז קוגל העלפֿט בײַם ווערן טראָגעדיק און טשאָלנט — מיט געלט־ענינים. אַזוי אַרום ווײַזט זי אָן, אַז געפֿילטע פֿיש ווערט דווקא ניט באַטראַכט ווי אַ סגולה בײַ ייִדן אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע שבתדיקע מאכלים.
דאָס ליד האָט אָנגעשריבן יעל יעקל אויף העברעיִש און יניבֿ גאָלדבערג האָט עס איבערגעזעצט אויף ייִדיש.
מיר דערוואַרטן פֿון איר נאָך אַזוינע ייִדישע פּאַראָדיעס פֿון באַקאַנטע לידער.