Oyneg Shabes

„ווי אַזוי ס׳לעבט דער קייסער‟ פֿון פּאָל ראָבסאָן

How the Czar Lives sung by Paul Robeson

  • Print
  • Share Share

דער אַמעריקאַנער זינגער פּאָל ראָבסאָן איז צום־מערסטנס הײַנט באַקאַנט צוליב זײַן פּרעכטיק קול און זײַן קאַריערע ווי אַן אַקטיאָר, ווי אויך צוליב זײַנע פּאָליטישע אַקטיוויטעטן און נאָענטע פֿאַרבינדונגען צו דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. דערצו איז ער געווען אַן עכטער עילוי — איינער, וואָס האָט יונגערהייט אַרויסגעוויזן אַ סך טאַלאַנט אין גאָר פֿאַרשידנאַרטיקע געביטן; אַ באַקאַנטער אַטלעט, איינער פֿון די ערשטע אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער, וואָס מע האָט געלאָזט שפּילן פֿוסבאָל אין אַן אַמעריקאַנער אוניווערסיטעט. אין מיטן פֿון זײַנע לימודים אין דער יוריספּרודענץ־שול בײַם קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און זײַן גלײַכצײַטיקער קאַריערע ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פֿוטבאָל־שפּילער אינעם NFL האָט ער אינטענסיוו זיך פֿאַרנומען מיט שפּראַכן, אויסלערנענדיק מער ווי 20 פֿון זיי. כאָטש ראָבסאָן האָט געזונגען אויף מער ווי 50 שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט די וואָס ער האָט בכלל ניט געקענט, האָט ער יאָ פּערפֿעקט באַהערשט מער ווי 10 שפּראַכן, צווישן זיי — רוסיש, פֿראַנצייזיש, שפּאַניש, כינעזיש און דײַטש. ייִדיש האָט ער זיך אויסגעלערנט, כאָטש ניט אויפֿן זעלביקן ניוואָ ווי זײַנע „בעסטע‟ שפּראַכן, בעת די שטודיעס אין ניו־יאָרק און לאָנדאָן, ווי אויך בעת זײַנע רײַזעס אין פּוילן און אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אויבן קען מען הערן ווי אַזוי ער האָט געזונגען דאָס באַקאַנטע פֿאָלקסליד „ווי אַזוי ס׳לעבט דער קייסער‟.

ראָבסאָן איז אפֿשר, צום מערסטנס, באַקאַנט דעם ייִדיש־לייענער צוליב זײַן חבֿרשאַפֿט מיטן פּאָעט איציק פֿעפֿער. אין 1949, ווען ראָבסאָן האָט באַזוכט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט ער געבעטן זיך צו טרעפֿן מיט פֿעפֿערן. מע האָט ראָבסאָן דערקלערט, אַז פֿעפֿער איז אויף אַ וואַקאַציע אין קרים, אָבער אין דער אמתן איז פֿעפֿער שוין געזעסן מער ווי צוויי יאָר אין טורמע. נאָך דעם ווי די זיכערהייט־אָרגאַנען האָבן פֿעפֿערן אַ פּאָר טעג געגעבן עסן, ער זאָל אויסזען מער געזונט, האָט מען אים געבראַכט זיך צו טרעפֿן מיט ראָבסאָנען. אויף זײַן מאָסקווער קאָנצערט האָט ראָבסאָן געזונגען דעם פּאַרטיזאַנער הימען „זאָג ניט קיינמאָל‟, וואָס מע האָט טראַנסמיטירט אויפֿן ראַדיאָ איבערן גאַנצן לאַנד. נאָכן צוריקפֿאָרן קיין אַמעריקע, אָבער, האָט ראָבסאָן אין גאַנצן געליינקט, אַז מע האָט גערודפֿט די ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.

אַ רעקאָרדירונג פֿון „זאָג ניט קיינמאָל‟, וואָס מע האָט געמאַכט בעתן קאָנצערט נאָך זײַן טרעפֿונג מיט איציק פֿעפֿער קען מען הערן דאָ: