Oyneg Shabes

רות רובין זינגט דרײַ לידער

Ruth Rubin Sings Three Songs

  • Print
  • Share Share

רות רובין (1906־2000) איז ניט בלויז געווען איינע פֿון די סאַמע וויכטיקסטע זאַמלערינס פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער און אַ געניטע עטנאָמוזיקאָלאָגין; זי איז אויך אַליין געווען זייער אַ טאַלאַנטירטע זינגערין פֿון לידער און אַ פֿאַרכאַפּנדיקע רעדנערין פֿון דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. רובין האָט געגעבן זייער אַ סך קאָנצערטן אין מאָנטרעאַל, וווּ זי האָט אַרײַנגעפֿלאָכטן צווישן אירע לידער לאַנגע דערקלערונגען, סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף ענגליש וועגן די לידער, וואָס זי האָט געזונגען. אַ פּאָר פֿון יענע קאָנצערטן קען מען הײַנט הערן אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟.

ווי אַ סטיפּענדיאַט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ איז מיר אויסגעקומען צו שאַפֿן אַ פֿילם צו באַגלייטן אַ טייל פֿון רובינס אַ רעפֿעראַט, וואָס זי האָט געהאַלטן דעם 14טן אָקטאָבער 1978 בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאָל‟. אינעם פֿילם זינגט זי דרײַ פּרעכטיקע ייִדישע לידער און גיט דעם עולם צו פֿאַרשטיין וועגן זייער קולטורעלן און היסטאָרישן קאָנטעקסט. לײַדער, האָב איך פֿאַרפּלאָנטערט איין שורה פֿון דער ענגלישער איבערזעצונג, אָבער ס׳איז דאָך, אַוודאי, כּדאַי צו הערן.