Oyneg Shabes

„אַז דער רבי אלי־מלך‟ פֿון די ברידער לעמער

Rebbe Elimelech by the Lemmer Brothers

  • Print
  • Share Share

מיט צוויי וואָכן צוריק איז דאָס קרעטשמע־ליד פֿון שמעון קראָטש פֿון קאָלאָמיי געוואָרן אַן אומדערוואַרטער שלאַגער. נאָך דעם, וואָס מיר האָבן אַרויפֿגעשטעלט דעם פֿילם האָט אַ לייענער אין ישׂראל אונדז געשיקט אַ בקשה דורכן „פֿייסבוק‟ אַרויפֿצושטעלן דעם בעסטן נוסח פֿון „אַז דער רבי אלי־מלך‟, וואָס מיר וועלן נאָר קענען געפֿינען. דאָס ליד איז אַזוי באַקאַנט, אַז עס האָט אונדז ניט אויסגעזען, אַז ס׳איז ניט כּדאַי עס ארויפֿצושטעלן. מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער האָבן מיר אָבער זיך צופֿעליק אָנגעשטויסן אויפֿן דאָזיקן וווּנדער־שיינעם נוסח פֿונעם ליד, געזונגען דורך די ברידער לעמער אויף אַ חתונה. די ברידער אינעם פֿילם זענען די זינגער יעקבֿ, כעסקי, און שלום לעמער. זייער נוסח אַנטפּלעקט זייערע טאַלאַנטן און מײַסטערשאַפֿט ווי זינגער, אָבער פֿאַרלירט אויך ניט דעם פּשוטן פֿאָלקס־חן פֿונעם ליד.

יעקבֿ לעמער איז איינער פֿון די באַקאַנטסטע חזנים אין אַמעריקע און זינגט אַ ברייטן רעפּערטואַר פֿון טראַדיציאָנעלן חזנות, ייִדישע פֿאָלקס־לידער, מער מאָדערנער קלעזמער־מוזיק, ווי אויך בראָדוויי־לידער און ישׂראלדיקער מוזיק. ער טרעט אויף פֿאַר אַלע מינים פּובליקומס — אויף חסידישע חתונות און מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע שׂימחות, אויף גרויסע פֿעסטיוואַלן ווי דער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור אין קראָקע, און דינט ווי דער חזן פֿאַרן „לינקאָן־סקווער־שיל‟ אין מאַנהעטן. צווישן זײַנע לעצטע פּראָיעקטן זינגט ער מיט דער קלעזמער־קאַפּעליע „אַהבֿה־רבה‟, צוזאַמען מיט פֿרענק לאָנדאָן, בענדזשי פֿאָקס־ראָזען, מײַקל ווינאָגראַד, פּאַטריק פֿאַרעל און ריטשי באַרשיי.

אָט קען מען הערן ווי ער זינגט אַ ריי אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער אויף אַ שבֿע־ברכות אין וויליאַמסבורג.