Oyneg Shabes

אַבֿרהם סוצקעווער דער פּאַרטיזאַנער

Abraham Sutzkever the Partisan

  • Print
  • Share Share

לכּבֿוד אַבֿרהם סוצקעווערס 101טן געבוירן־טאָג (ער איז געבוירן געוואָרן דעם 15טן יולי 1913) ברענגען מיר אַן אויסצוג פֿון זײַנער אַ לעקציע, געהאַלטן דעם 2טן מײַ 1959 אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל. ער דערציילט עטלעכע עפּיזאָדן פֿון זײַן לעבן אין געטאָ און אין וואַלד, וואָס האָבן שפּעטער אינספּירירט זײַן פּאָעזיע: ווי אַזוי ער איז געגאַנגען אַ קילאָמעטער צו פֿוס דורך אַ מינעפֿעלד, און זיך באַרויִקט דורך דעם, וואָס ער האָט די גאַנצע צײַט געזונגען פֿאַר זיך אַ ניגון; ווי אַזוי ער האָט געלעבט אין אַ זומפּ, כּדי אויסצומײַדן די דײַטשע שפּירהינט, און ווי ער האָט זיך אויפֿגעכאַפּט איין אינדערפֿרי און געזען, אַז ער ליגט אײַנגעזונקען אין אײַז — ווײַל דער זומפּ איז דערווײַל פֿאַרפֿרוירן געוואָרן; אָדער ווי זײַן ווײַב, זוכנדיק איר פֿאַרלוירן חתונה־רינגל, האָט זיך פֿאַרבלאָנדזשעט אין וואַלד — און ווי ער האָט זי געפֿונען.

דעם ווידעאָ האָט צוגעגרייט דזשאָרדין קוציק פֿאַרן ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט.