No Place Like Home

אין די 40ער — און אָן אַ קינד

In Their Forties, and Still Childless

פֿון מעלאַני נאָטקין (Forward)

  • Print
  • Share Share

„וואָלטסטו געגאַנגען אויף אַ ראַנדקע מיט אַ נישט־ייִד?‟ האָט שׂרה מיך לעצטנס געפֿרעגט איבער וועטשערע. זי האָט אָנגעהויבן אַרויסגיין מיט נישט־ייִדישע מאַנסבילן ווען זי איז שוין געווען אין אירע שפּעטע 30ער.

„ניין, איך וויל חתונה האָבן מיט אַ ייִד,‟ האָב איך געענטפֿערט.

„אַזוי האָב איך אויך תּמיד געמיינט,‟ האָט זי געענטפֿערט. „אָבער איך בין שוין 41 יאָר, און די צײַט שטייט נישט. איך קען זיך אַפֿילו נישט אויסמאָלן אַ לעבן אָן קינדער.‟

איך אויך. זינט איך בין אַ יונג מיידל, האָב איך געחלומט וועגן די שבתדיקע וועטשערעס וואָס איך וועל אַ מאָל צוגרייטן פֿאַר מײַן מאַן און קינדער; אַז מײַן טאָכטער וועט בײַם סדר פֿרעגן די פֿיר קשיות, און אַז מײַן זון וועט אָנצינדן אַ חנוכּה־לאָמפּ, וואָס ער האָט געמאַכט מיט די אייגענע הענט. אָבער איצט, אַז איך בין, ווי שׂרה, איבער 40 יאָר אַלט, זע איך, אַז מײַן לעבן איז בכלל נישט דאָס וואָס איך האָב דערוואַרט.

ייִדישע פֿרויען טראָגן נישט בלויז די ייִדישע עופֿעלעך, אָבער אויך דאָס אַחריות צו פֿאַרזיכערן, אַז די עופֿעלעך זאָלן האָבן צוויי ייִדישע עלטערן. הײַנט זעט מען אָבער וויפֿל ייִדישע פֿרויען האָבן נישט חתונה געהאַט אָדער געבוירן קינדער.

געוויסע מענטשן מיינען, אַז מיר האָבן נישט געפֿונען קיין מאַן, ווײַל די קאַריערע איז אונדז געווען וויכטיקער, אָדער ווײַל מיר זענען צו איבערקלײַבעריש. אָבער לויט אַ „גאַלאָפּ‟־אַנקעטע פֿון 2013, האָבן 90% פֿון אַלע דערוואַקסענע אַמעריקאַנער אונטער 40 יאָר שוין קינדער, אָדער ריכטן זיך צו האָבן קינדער אין דער נאָענטער צוקונפֿט.

מיר, די אומבאַפּאָרטע ייִדישע פֿרויען אָן קינדער, זענען נישט געבליבן אַזוי צוליב פֿעמיניזם. דער געדאַנק, אַז מיר האָבן אויסגעקליבן אַזאַ לעבן ווײַל מיר זענען „קאַריערע־פֿרויען‟, איז פּשוט נישט אמת.

אַ סך מענטשן פֿאַרשטייען נישט ווי שטאַרק דער מצבֿ טוט וויי, און פֿרעגן אונדז: „צי ווילסטו נישט האָבן קיין קינדער? נו, יאָג זיך אַ ביסל!‟ הלוואי…

יעדעס מאָל וואָס מיר עסן נאָך אַ שבתדיקע מאָלצײַט אַליין; ריכטן אָפּ דעם סדר אָן אַ מאַן, אָדער צינדן די חנוכּה־ליכטלעך אָן קינדער בײַ דער זײַט, דערמאָנט עס אונדז אין אונדזער טרויעריקן מצבֿ.

דערפֿאַר באַשליסן געוויסע פֿרויען טאַקע חתונה צו האָבן מיט נישט־ייִדן, כּדי צו האָבן קינדער; און אַנדערע באַשליסן צו האָבן קינדער אָן אַ מאַן בכלל, דורך אַ ספּערמע־באַנק אָדער דורך אַדאָפּטירן אַ קינד. איך אַליין בין אָבער נאָך נישט גרייט זיך אונטערצוגעבן. איך בין זיכער, אַז איך וועל נאָך געפֿינען מײַן באַשערטן…