No Place Like Home

צוקער דאַרף באַטרעפֿן בלויז 5% פֿון די טעגלעכע קאַלאָריעס

Sugar Should Be Just 5% of Daily Calories

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

ווי שווער וואָלט געווען צו עסן אַ דיעטע, וווּ בלויז 5% פֿון די קאַלאָריעס קומען פֿון צוקער? זייער שווער, אויב איר זענט ווי ס׳רובֿ אַמעריקאַנער.

צוליב דעם וואָס צוקער איז שטאַרק פֿאַרבונדן מיט איבערוואָגיקייט, צוקער־קרענק און לעכער אין די ציין, האָט די „אַלוועלטלעכע געזונט־אָרגאַניזאַציע‟ (WHO) די וואָך געעצהט, אַז בלויז 5% פֿון דער דיעטע זאָל באַשטיין פֿון צוגעגעבענעם צוקער. (ביז איצט האָט מען רעקאָמענדירט 10%.)

דאָ רעדט זיך וועגן צוגעבן צוקער אין דער קאַווע אָדער טיי; אָדער, למשל, צוגעבן ברוינעם צוקער, האָניק אָדער קליאָן־סירופּ אין דער מאַנע־קאַשע.

אַפֿילו פֿרוכטזאַפֿט דאַרף מען איצט באַגרענעצן, כאָטש דער נאַטירלעכער צוקער, וואָס געפֿינט זיך אין גאַנצע פֿרוכטן זענען יאָ דערלויבט.

בײַם דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער, באַשטייט 16% פֿון זײַן דיעטע פֿון אָט דעם איבעריקן צוקער. ס׳רובֿ פֿון דעם צוקער געפֿינט מען אין די קאָמערציעל־צוגעגרייטע עסנס און זיסע געטראַנקען.

מיט אַנדערע ווערטער — במשך פֿונעם טאָג מעגט איר זיך דערלויבן בלויז 25 גראַם (6 לעפֿעלעך) צוקער. און היט זיך אויך פֿאַר די „געזונטע‟ מאכלים. בלויז איין קליינער קאַרטאָן פֿונעם נישט־פֿעטיקער יאָגורט, למשל, באַשטייט פֿון 10 ביז 23 גראַם צוקער!

צוקער געפֿינט זיך אַפֿילו אין די פּראָדוקטן, וואָס מע אַסאָציִיִרט נישט מיט זיסקייט. 1 לעפֿל קעטשאָפּ, למשל, באַשטייט פֿון בערך 4 גראַם צוקער — אַ העלפֿט פֿונעם דערלויבטן טעגלעכן סכום.

די WHO פֿאַרשטייט, אַז ס׳וועט זײַן זייער שווער איבערצוצײַגן די אַמעריקאַנער זיך צו באַגרענעצן צו 5% צוקער אַ טאָג, האָט באַמערקט דער נערונג־דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, ד״ר פֿראַנצעסקאָ בראַקאַ. „מיר רעקאָמענדירן 5% ווי אַ וועגווײַזער, אָבער מיר עצהן מענטשן זיך כאָטש צו באַמיִען, אַז צוקער זאָל נישט באַטרעפֿן מער ווי 10% פֿון זייערע טעגלעכע קאַלאָריעס.‟