Boris Sandler

מע קען נישט לעבן, ווילנדיק נאָר ליבן

One cannot live only wanting to love

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

מע קען נישט ליבן, ווילנדיק נאָר ליבן

מע קען נישט ליבן, ווילנדיק נאָר ליבן,
אַ שטערן גייט נישט אויף, כּל־זמן דער טאָג איז העל.
דער דמיון מאָלט, דער חלום קלעפּט אַן אָנבליק —
עס קומט די וואָר און מאַכט פֿאַרשוווּנדן דאָס געמעל.

מע קען נישט לעבן, ווילנדיק נאָר לעבן,
אַ שטראַל פֿון ליכט פֿאַרבלענדט, כּל־זמן די נאַכט נישט פֿאַלט.
די אויגן גרויס, נאָר קליין איז דער שוואַרצאַפּל,
אַ הייסער בליק אין שפּיגל הענגט פֿאַרגליווערט־קאַלט.

דער פֿויגל פֿעניקס ווערט פֿאַרברענט פֿון ליבע,
און פֿון דער ליבע פֿלאַקערט ווידער אויף פֿון אַש.
מע קען נישט לעבן, ווילנדיק נאָר ליבן —
עס בלײַבט דאָס גלייבן, אַז נישט אַלץ ז‘געווען מיראַזש.

סעפּטעמבער, 2015


וואָס צו שענקען דער געליבטער

געוואָלט האָב איך דיר שענקען אַ סאָנעט,
די ווערטער אָבער שענסטע די פּאָעטן
שוין אויסגעניצט געהאַט האָבן פֿאַר מיר.
אַנטלײַען כאָטש אַ וואָרט, געהייסן וואָלט
פֿאַרפֿלעקן דײַן געזיכט, געליבטע.
האָב איך דערמאָנט זיך אין דער רויטער רויז,
וואָס וואַקסט בײַ מיר אין קליינעם הייפֿל.
דעם קוסט האָב איך אַמאָל אַליין פֿאַרפֿלאַנצט,
אַזוי אַז כ‘האָב געוויס אַ חלק קליינעם
אין שיינקייט פֿון דער רויטער בלום.
„נישט אמת!‟ — האָט אַ קלונג געטאָן בײַם אויער. —
„קיין פּיצל חלק האָסטו נישט אין דעם.
נישט דו געזונגען האָסט אין די בײַנאַכטן,
זײַן שיר־השירים פֿויגלשן געזאַנג.
און מיטן בלוט פֿון האַרץ ביז טראָפּן לעצטן
נישט דו באַפֿאַרבסט איר יעדן בלומען־בלעטל?..‟
אַך יאָ, כ׳דערמאָן זיך שוין אין דער געשיכטע
פֿון אַלטן אַנדערסען דערציילט.
איז וואָס זשע בלײַבט מיר, אַז קיין ווערטער — נישט.
די רויטע רויז פֿון קוסט האָט אײַנגעזאַפּט
אַן אַנדער גרויסע ליבע… ס‘בלײַבט אַ קוש!
אין טיפֿן שווײַגן כ‘האָב דעם קוש געפֿלאַנצט
און אָפּגעהיט אים מיטן אָטעם מײַנעם.
דעם קוש דיר שענק איך, מײַן געליבטע.

סעפּטעמבער, 2015


די וויכטיקייט פֿון אַ סטרוזש

אַז וויסן דו ווילסט, צי עס גייט פֿאָרט אַ שניי,
פֿרעגן פֿרעג עס בײַם סטרוזש אין דרויסן.
ער קערט און קערט די גאַסן און הייף,
פֿאַרוואַנדלט די שטאָט אין אַ שנייבאַרג אַ גרויסן.

עס קומען צו פֿאָרן מאַשינען צום באַרג —
זשום, טאַראַראַם — אַ גאַנצע אַרמיי.
מע גראָבט און מע גראָבט אין דער טיף און דער לענג,
ביז וואַנען עס ווערט אינעם באַרג אַ סאָבוויי.

דאָרט יאָגן די באַנען אַהין און צוריק,
פֿירן זיי פֿירט אונדזער סטרוזש־מאַשיניסט. דעם בעזעם פֿאַרקויפֿט, ער דרייט שוין אַ ראָד —
אַ וויכטיקע אַרבעט, אַ חשובֿע דינסט.

צופֿרידן דער סטרוזש — אַ קאַריערע געמאַכט,
מזל־טובֿ, חבֿר, ס‘איז טאַקע גאַנץ שיין!
אַ שאָד נאָר, צו פֿרעגן איז ווידער נישטאָ —
אַז וויסן דו ווילסט, צי עס גייט פֿאָרט אַ שניי?

אָקטאָבער 2015

* * *

פֿונעם דולהויז אַנטקעגן הער איך,
ווי מע לאַכט דאָרט אַ גאַנצן טאָג.
טראַכט איך בײַ זיך, דאַנקען גאָט,
אין דער וועלט איז אַלץ כּשורה!

אָקטאָבער 2015