Boris Sandler

די באַלאַדע וועגן אַ נוס

The Ballad of a Nut

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

כ’האָב צעשפּאָלטן אַ נוס און דערזען דאָרט מײַן מוח,
אײַנגעקוועטשט אינעם שאַרבן פֿון שאָלעכץ.
האָב איך, הייסט עס, גערײַפֿט נישט בײַ מאַמען אין בויך,
נישט איר ווייען געפֿילט, נישט איר קרעכץ.
אויף אַ צווײַג, צווישן בלעטער, געהערט זייער רויש,
ביז די צײַט איז געקומען צו פֿאַלן אין קויש.

מײַן זכּרון איז קורץ: וועסנע, זומער און האַרבסט,
איז פֿאַרוואָס זשע געדענק איך ‘זוי קלאָר:
אין אַ גריבל די זוים מיטן באָדן פֿאַרקנסט,
האָט אַ שפּראָצלינג געלאָזט אין קאַיאָר.
זיך געצויגן צום הימל דער שטאַלטיקער שטאַם
און דערקוויקט זיך מיט זאַפֿטן פֿון ערדישן טעם.

אין די קנייטשן פֿון מאַרך פֿונעם ווײַטן אַמאָל
אַלץ אַ ניגון דעם פּאַסטעכס נאָך קלינגט —
“הערסט, אַדוני…” און אפֿשר אַ “דוינע” אין טאָל
אויף די ליכטיקע זעגלעך געוויגט.
האָבן שעפּסן געבעקעט, געציפּט זייער גראָז —
זיך געפֿלאָכטן אַ מעשׂה אַן אות נאָך אַן אות.

האָט דער פּאַסטעך, געדענקט זיך, אַן אוצר אַנטדעקט —
בײַ דעם ברונעם אַ מיידל אַ שיינס.
איז געווען פֿאַר זיי ביידע די נאַכט ווי אַ דעק,
און באַדעקט זיי מיט טוי און מיט שווייס.
האָט די שײַן פֿונעם טאָג די יונגע צעשיידט,
אָן די שעפּסן אַ פּאַסטעך, ז’ווי אַ מויד אָן אַ קלייד.

ווײַט אַוועק איז דער פּאַסטעך — דאָס לאַנד איז דאָך גרויס
איז געבליבן די “דוינע” אַליין.
און בײַם ברונעם נאָך דעם האָט צעבליט זיך אַ רויז…
אוי, אַדוני, דײַן וועלטל איז קליין.
אײַנגעוויגט ליגט מײַן מוח אונטער בערגל פֿון שניי
און עס וויקלט זיך שטיל פֿון חלומות אַ שלייף.