Boris Sandler

אַפּאָקריפֿן (4, 5)

Apocrypha (4,5)

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

אַ רעטעניש פֿון שולמית

די אָפּגעבליטע סעדער זאָגן פֿרוכטן צו.
די אויסגעלייענטע ספֿרים — חכמה.
און וואָס זאָגט צו דײַן קוש?

די חכמה שווײַגט.
קיין פֿרוכט נישט זעטיקט.
אַ קוש — אַ רעטעניש.
און דאָך,
דער נימשל אויף די ליפּן דײַנע ליגט,
און ווידער וועל איך פּרוּוון
אים אַנטפּלעקן.


משה דער קונצן־מאַכער

דער קונצן־מאַכער האָט אין צירק געוויזן וווּנדער,
אויב נישט קיין גאָט, איז ער אַ האַלבער גאָט געווען,
מיט פֿולער מאַכט געוועלטיקט אויף מאַנעזש דעם רונדן,
ווי ר‘וואָלט די וועלט אַרײַנגעשלעפּט אין זײַן גערעם.

אין מעשׂים זײַנע, אויסער די נאַטור־געזעצן,
האָט ער דעם פּובליקום געפֿירט אין לאַבירינט
פֿון צײַטן בלוטיקע, ווען מענטשן ווערן געצן,
און געטער העצן מענטשן בײַסן זיך, ווי הינט.

דער קופּאָל־הימל האָט זיך מיטאַמאָל צעשפּאָלטן
און זיך אַ שיט געטאָן פֿון דאָרט ניט שטערן — פֿרעש —
די אויסגעפּרוּווטע מכּה אויפֿן פֿאָלק פֿאַרשאָלטנס,
וואָס לעבנס האָבן ווערט בײַ אים אַ גראָש פֿון מעש.

געקײַכט דער עולם האָט, געקיצלט זיך די נערוון,
אַרויסגעקוקט אויף נסים נײַע מיט אַזאַרט.
ס‘איז דאָך אַ שפּיל אַזאַ, אַ קונציקער מאַנעווער,
געמיש פֿון שווינדלערײַ, טעכניק, און מאָדערן אַרט.

און דער האַלבגאָט, דער קונצן־מאַכער האָט זײַן שטעקן
געוואָרפֿן צו די פֿיס, ווי קייסער וואַרפֿט די קרוין,
האָט אויפֿן אָרט אַ שלאַנג זיך אויפֿגעכאַפּט צו שרעקן
דעם שטענדיק גיריקן צו ווײַן און בלוט המון.

דערנאָך אַ האָגל איז געפֿאַלן, און אַ פֿײַער
געפֿלאַקערט האָט אַרום, ווי פֿאַקלען אויף פּאַראַד;
מאַרשירט האָבן סאָלדאַטן פֿון אַ נײַעם פּרעה
און טרײַע שבֿועות אים געבראַכט, און לויב בפֿרט.

די קונצן האָבן אָבער אויך אַ סוף געקראָגן,
און אָפּגעהילכט דער לעצטער קלאַנג פֿון בראַווע מאַרש…
געברומט בײַם קונצן־מאַכער האָט דער פּוסטער מאָגן,
און ליידיק נאָך פֿון נעכטן איז געווען די פֿלאַש.