Boris Sandler

אַפּאָקריפֿן* (1 — 3)

Apocrypha

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

אין ברונעם־דנאָ פֿון צײַט

אַ קינד, האָב איך אַרײַנגעקוקט אין ברונעם
צום ערשטן מאָל אין לעבן, ווי עס טרעפֿט;
און ווי שפּאַקטיוו פֿון זייגער־מאַכער בומע,
וואָלט איך אין אויג אַרײַנגעדרייט געפּלעפֿט.

די טיפֿקייט האָט פֿאַרשלעפּט אַראָפּ מיך האַסטיק,
דערטאַפּט מײַן בליק דעם שפּיגל פֿונעם דנאָ.
מיט פֿאַרבן פֿון אַ רעגנבויגן זאַפֿטיק
אַנטפּלעקט האָט זיך אַ בילד, ווי אין קינאָ.

באַוועגט זיך שורותווײַז, די פֿיס אין קייטן,
דער דאָרשט די קישקעס אויסגעטריקנט האָט —
געטריבן ווערן קנעכט אויף שליאַך דעם ברייטן
אין גלות בבֿל אָן אַ טראָפּן גנאָד.

געשלעפּט זיך דורך דעם דאָרף פֿון בני־ישמעאל,
האָט קינד־און־קייט מיט חוזק זיי באַגלייט,
געוואָרפֿן זיי פֿאַרשטונקענע שיריים,
געזאַלצן וואַסער זיי דערלאַנגט מיט פֿרייד.

געביטן זיך די קאַדרען אויפֿן לײַוונט
אָט טרײַבן נײַע זיגערס קנעכט צום טויט;
און ווידער שפּאָטן נײַע בני פֿון טײַוול,
און וואַרפֿן זיי פֿאַרסמטע שטיקער ברויט.

און איך, שטיי הײַנט אויף אַ מהלך ווײַטן,
פֿאַרכאַפּט מיט שוידער־בילד פֿון יענע טעג,
כ‘פֿאַרליר די טרערן אין דער טיף פֿון צײַטן,
אַכזריות אויפֿן וואַסערפֿלאַך — צעשווענק.


ליבע־שמות

דײַן וווּנק כ’האָב אויפֿגעכאַפּט…
ווי אויף אַ שטריקל, קעמל,
צו גניזה דײַנער האָסטו מיך געבראַכט.

פֿון שמות אַלטע האָבן סודות מיר געשעפּט,
געשעפּטשעט אומבאַקאַנטע ווערטער,
און דאָך, ז’פֿאַרשטענדלעך יעדער קלאַנג געווען.
געשוועבט האָט די מוזיק פֿון אונדזער תּענוג,
געאָטעמט האָט צום טאַקט פֿון הענט און פֿיס —
די תּנועות אונדז אַנטפּלעקט פֿון אָדם־חווהן…

דער שאָרך פֿון שמות —
שוין אויסגעלייענטע שורות —
געשויבערט האָט אַ ווינטל אין דער נאַכט.
נאָר מיר, עקשנותדיק, פֿאַרשיכּורט,
געלאָשן ווײַטער האָבן אונדזער דאָרשט.


דער מישפּט־סדום

ווער האָט געזאָגט, אַז סדום איז פֿאַרשוווּנדן?
סײַ סדום, סײַ עמורה בליִען מיט פֿרייד.
פֿלאַקערט די פֿאָן, ווי אַ ריין־רעגנבויגן,
שווענקט די קאָלירן אין הימלישער בלאָ.
בלאָזן טרומייטן, די טאַצן שוין דזשימדזשען,
רייצט די ידיעה פֿון פּויקן צעפּויקט:
„הײַנט אויפֿן מאַרקפּלאַץ געפֿירט ווערט דער מישפּט,
עמך פֿון סדום טראָגט אַרויס הײַנט דעם פּסק!‟
אָט שלעפּט מען זיי ביידע צום פּלעצל, מלאכים —
די פֿליגלען צעפֿליקט, שוין פֿאַרלוירן דעם גלאַנץ…
שרײַט דער המון, אויפֿגערייצט פֿון דער משקה:
„ווער דאַרף עס, דעם מישפּט — צום תּלין… אַ סוף!‟
„ניין! — שרײַט גאָר אַ צווייטער, — ס‘איז פֿאָרט דעמאָקראַטיע,
אויף הפֿקר זיך פֿירן מיט געסט איז ניט שיין!‟
„אין בעטל** זיי לייגן, די ביינער אָנברעכן!‟ —
טראָגן זיך קולות פֿון דאָ און פֿון דאָרט.
און צווישן המון, פֿאַררוקט אין אַ ווינקל,
די אויגן באַהאַלטן — דער צדיק אַבֿרהם;
פֿאַרשלאָפֿן די טרעפֿונג — די זונה איז שולדיק,
געטראָפֿן דער רוח, פֿאַרזוכן האַשיש…
און דאָרט, העט־העט אויבן, אין זיבעטן הימל,
דער אייבערשטער זיצט און צעלייגט אַ פּאַסיאַנס.
אַרום די מלאכימלעך זינגען מלאכימדיק:
„לא־תיגנובֿ, לא־תינאף, לא־תירצח — אָמן!‟


* אַפּאָקריף — אַן איבערטײַטשונג פֿון אַ באַקאַנטן ביבלישן אָדער תּלמודישן סוזשעט
** בעטל — סדום־בעטל