אויף „יוטוב‟ קען מען זען אַ סך פֿילמען, אין וועלכע געניטע זינגער שטעלן פֿאָר ייִדישע לידער. ס׳איז אָבער דאָ עפּעס אייגנאַרטיק אין דעם ווידעאָ פֿון שׂרה גאָרבי, אין וועלכן זי זינגט מאַני לייבס „גייען זיי אין די שוואַרצע רייען‟, באַגלייט פֿון אַ פּויק, וואָס זײַנע ריטמישע קלעפּ שפּיגלען אָפּ דעם אומעט פֿון ליד.
דער פֿילם איז אַ טייל פֿון אַ קאָנצערט פֿון חורבן־לידער, וואָס גאָרבי האָט געהאַלטן אין פּאַריז אין 1966. לייב האָט לכתּחילה אָנגעשריבן דאָס ליד וועגן די ייִדישע פּליטים פֿון פּאָגראָמען בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה אָבער ס׳איז שפּעטער אַדאַפּטירט געוואָרן ווי אַ חורבן־ליד.
אויך זייער רירנדיק איז גאָרביס אומפֿאַרגעסלעכער נוסח פֿון מאַרק שוויידס „מודה אַני‟ אינעם זעלביקן קאָנצערט, אין וועלכן זי ווערט באַגלייט פֿון דרײַ „קרישטאָל־אָרגלען‟ — אינסטרומענטן, וואָס פּאַסן זיך גוט צו צו איר קול. די מוזיק צו ביידע לידער האָט געשאַפֿן מיכל געלבאַרט.
שׂרה גאָרבי (פֿון דער היים גאָרבאַך) איז געבוירן געוואָרן אין קעשענעוו, בעסעראַביע אין 1900. זי האָט זיך געלערנט אין אַ מוזיק־קאָנסערוואַטאָריע אין יאַס צו 17 יאָר, און האָט זיך דערנאָך באַזעצט אין פּאַריז מיט איר מאַן. אין 1940 איז זיי געלונגען צו אַנטלאָפֿן קיין האַיִטי און דאָס פּאָרל האָט זיך דערנאָך באַזעצט אין ניו־יאָרק, וווּ זי איז געוואָרן אַ פּאָפּולערע זינגערין אויף ייִדיש, רומעניש און רוסיש. אין 1948 האָט זי געמאַכט אַ קאָנצערט־טור אויף ייִדיש איבער די „די־פּי‟־לאַגערן פֿון אייראָפּע.
אין פּאַריז האָט זי אַרויסגעלאָזט אַלבאָמען אויף ייִדיש, פֿראַנצויזיש און רוסיש. נאָך דעם, וואָס זי האָט באַזוכט ישׂראל, האָט זי צוגעגעבן צו איר רעפּערטואַר אַ ריי לידער אויף העברעיִש און דזשודעזמע. אין 1960 האָט זי אָנגעהויבן אַ צוויי־יאָריקן טור איבער דרום־אַמעריקע און האָט בעת אַ וויזיט אין בוענאָס־אײַרעס פֿאַרענדיקט דרײַ אַלבאָמען אויף רוסיש, ייִדיש און ציגײַנעריש. זי איז געשטאָרבן אין 1980 אין פּאַריז.