אין אָקטאָבער 2018 איז אַוועק אין דער אייביקייט דער באַקאַנטער ירושלימער רבֿ לייב מינצבערג ז׳׳ל. הרבֿ מינצבערג איז געווען אַ ירושלימער ייִד פֿונעם אַלטן שניט. ער האָט אָנגעפֿירט מיט אַ ריי פֿרומע מוסדות, אַרײַנגערעכנט „ישיבֿת המתמידים‟, וואָס זענען בכּיוון ניט פֿאַרבונדן מיט דער גרויסער חרדישער קאָאַליציע „עדה החרדית‟.
ניט בלויז אינסטיטוציאָנעל האָט ער זיך געהאַלטן אָפּגעזונדערט פֿון די אַנדערע חרדישע מנהיגים, נאָר אויך פּרינציפּיעל — זײַן צוגאַנג צום לערנען איז געווען היפּש ביסל אַנדערש ווי פֿונעם חרדישן הויפּטשטראָם. ער האָט למשל, געהאַלטן אַז מע דאַרף אַרומרעדן די כּוונה פֿון די מיצוות און באַטראַכטן ניט בלויז דעם אינהאַלט פֿון דער תּורה, נאָר דווקא אויך איר סטרוקטור ווי אַ טעקסט. די שיעורים, שׂיחות און דרשות, וואָס ער האָט געהאַלטן איבערהויפּט אויף ייִדיש, האָט מען אַרויסגעגעבן אין פֿינף בענדער אויף לשון־קודש מיטן טיטל „בן מלך‟.
לעצטנס האָט דער ישׂראלדיקער זינגער יאָסעלע קרישעווסקי אַרויסגעלאָזט אַ מוזיק־ווידעאָ, אין וועלכן ער באַוויינט די פּטירה פֿון הרבֿ מינצבערג. אינעם ווידעאָ זעט מען מאָמענטן פֿון דער לוויה, ווי אויך אַ סצענע, אין וועלכער אַ ייִד רעדט מיט זײַן זון אויף אַ שיינעם ליטווישן ייִדיש וועגן דעם אופֿן ווי אַזוי מע זאָל וויינען אויף אַ לוויה. אַרײַנגעוועבט אין מיטן איז אַ טייל פֿון אַ שיעור, וואָס הרבֿ מינצבערג האָט אַ מאָל געהאַלטן. בסך־הכּל שילדערט דער פֿילם אַן אינטערעסאַנט בילד פֿון הרבֿ מינצבערגס חסידים.
דעם ווידעאָ האָט מען געמאַכט ווי אַ טייל פֿון אַ קאַמפּאַניע צו שאַפֿן געלט, כּדי אַרויסצוגעבן נאָך בענדער פֿון הרבֿ מינצבערגס דרשות, שיעורים און שׂיחות. ס׳איז ניט קיין חידוש דערפֿאַר, וואָס מע זעט עטלעכע מאָל אינעם ווידעאָ, ווי מע בלעטערט זיי דורך.