Oyneg Shabes

ווידעאָ: דניאל קאַהנס נוסח פֿון „דער זינגער פֿון נויט“

WATCH: Daniel Kahn's Version of "The Singer of Need"

פֿון דזשאָרדין קוציק

  • Print
  • Share Share

אוּווע פֿאָן זעלטמאַן און זײַן פֿרוי גאַבריעלאַ — די פֿילם־רעזשיסאָרן וואָס האָבן געשאַפֿן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם „באָריס דאָרפֿמאַן — אַ מענטש‟ האָבן לעצטנס פֿאַרענדיקט אַ נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דעם לעבן און קולטור־ירושה פֿון מרדכי געבירטיג ז״ל.

ווי אַ טייל דערפֿון האָבן זיי פֿילמירט ווי דניאל קאַהן זינגט געבירטיגס ליד „דער זינגער פֿון נויט“ אינעם זעלבן בנין, וווּ מרדכי געבירטיג האָט אַ מאָל געוווינט. דאָס ליד האָט געבירטיג אָנגעשריבן אין 1918, צו 41 יאָר. ס׳איז מערקווערדיק, אַז להיפּוך צו אַנדערע באַקאַנטע לידער־שרײַבער, האָט געבירטיג אָנגעשריבן ס׳רובֿ פֿון זײַנע טעקסטן ווען ער איז שוין געווען אין די 40ער און 50ער יאָרן. דאָס דאָזיקע ליד איז געווען צווישן די ערשטע שאַפֿונגען זײַנע וואָס מע האָט אָפּגעדרוקט.