כאָטש עס זענען ניטאָ קיין הײַנטיקע בראַצלעווער רביים, זענען יאָ פֿאַראַן אַ סך רבנים וואָס פֿירן אָן מיט בראַצלעווער קהילות.
צווישן די ייִדיש־רעדנדיקע חסידים אין ברוקלין איז איינער פֿון די באַקאַנטסטע בראַצלעווער פּערזענלעכקייטן הרבֿ יואל ראָטה, וואָס פֿירט אָן מיט דער וויליאַמסבורגער ישיבֿה „תּפּארת התּורה‟. ראָטהס ישיבֿה איז באַקאַנט ווי אַן אָרט, וווּ בחורים וואָס פּאַסן זיך ניט גוט אַרײַן אין אַנדערע סבֿיבֿות קענען געפֿינען אַ מקום־מיקלט. אַחוץ זײַנע דרשות, איז הרבֿ ראָטה אויך באַקאַנט פֿאַרן קאָמפּאָנירן אָריגינעלע לידער, וואָס ער זינגט און פֿאַרשפּרייט אויף יוטוב און דורך „וואַטסאַפּ‟־גרופּעס.
דווקא אַ טאַלאַנטירטער זינגער און לידער־שרײַבער, איז הרבֿ ראָטה איינער פֿון די אינטערעסאַנטסטע הײַנטצײַטיקע בראַצלאַווער זינגער, און זיכער דער בעסטער וואָס רעקאָרדירט מערסטנס אויף ייִדיש. אין זײַן ליד „יבֿנאל‟, וואָס האָט אַן אומדערוואַרטן אַראַבישן טעם, גיט ער אָפּ כּבֿוד זײַן בעל־דרך הרבֿ אליעזר שלמה שיק ז׳׳ל, באַקאַנט ווי דער מוהרא׳׳ש. הרבֿ שיק, וואָס איז אַוועק אין 2015, האָט געגרינדעט אַ בראַצלעווער קהילה אינעם דערפֿל יבֿנאל, אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון ישׂראל, ניט ווײַט פֿון טבֿריה. דאָרט ליגט זײַן קבֿר, וואָס מע זעט טאַקע אינעם מוזיק־ווידעאָ.